בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ז)


א איז דען ניט א געוויסער טערמין (פון אפקומעניסען) באשטימט פאר דעם מענשען אויף דער ערד ? זיינען ניט זיינע טעג ווי די טעג פון דעם געדונגענעם ארבייטער?
ב אזוי ווי א קנעכט שמאכט נאך דעם שאטען, אזוי ווי א געדונגענער ארבייטער קוקט אויס אויףן זיין לויהן.
ג אזוי האב איך מיר אויך געקריגען צוגעטהיילט מאנאטען פון ליידען און נעכט פון אומרוה זיינען מיר צוגעצייהלט געווארען.
ד ווען איך לייג זיך, זאג איך: ווען וועל איך שוין אויפשטעהן? ווען וועט דער אבענד אוועק? און איך ווער מיד זיך ווארפענדיג הין און הער ביז באגינען.
ה מיין פלייש איז באדעקט מיט ווערעם און מיט שטיקער ערד, מיין הויט איז צופלאצט און איז עקעלהאפט געווארען.
ו מיינע טעג לויפען פלינקער ווי א וועב-שיפעלע, און זיי פארגעהען אהן האפענונג.
ז געדענק, בלויז א הויך איז מיין לעבען, מיין אויג וועט שוין ווידער קיין גוטס ניט זעהן.
ח דאס אויג פון דעם וואס זעהט מיך איצט וועט מיך ניט אנזעהן מעהר, אט זיינען דיינע אויגען אויף מיר און שוין בין איך ניטא.
ט א וואלקען פארשווינדט און פארגעהט; אזוי דער וואס שטייגט אין די אונטערערד, דער וועט שוין מעהר ניט ארויפקומען.
י ער וועט זיך ניט מעהר צוריקקעהרען צו זיין הויז, זיין פלאטץ וועט איהם מעהר ניט קענען.
יא איך וועל אויך ניט איינהאלטען מיין מויל, איך וועל ריידען ווען מיין געמיטה איז באקלעמט, איך וועל זיך באקלאגען ווען מיין זעעל איז פארביטערט.
יב בין איך דען א ים אדער א וואהלפיש, וואס דו שטעלסט א וואך ארום מיר?
יג איך האב געזאגט: מיין בעט וועט מיך טרייסטען, מיין געלעגער וועט מיך העלפען טראגען מיין קלאג.
יד האסטו מיך אבער מיט טרוימען געשראקען, מיט זעהונגען האסטו מיך געסטראשעט.
טו און מיין זעעל קלייבט בעסער אויס דערווערגונג און טויט, איידער די (לעבעדיגע) גליעדער מיינע.
טז עס האט מיך פארעקעלט. איך וועל דאך אייביג ניט לעבען, לאז מיך אפ! מיינע טעג זיינען דאך א נארנישט.
יז וואס איז דער מענש וואס דו גרויסט איהם אזוי? וואס דו לייגסט אויף איהם דיין אויפמערקזאמקייט?
יח אין יעדען מארגען באזוכסטו איהם, און פרובירסט איהם אלע וויילע?
יט ווי לאננ נאך וועסטו זיך פון מיר ניט אפקעהרען, מיך ניט אפלאזען(כאטש) ביז איך וועל מיין שפייעכץ ארונטערשלינגען?
כ יא איך האב געזינדיגט! וואס זאל איך דיר דען טהאן? דו וועכטער פון דעם מענשען! ווארום האסטו מיך געמאכט פאר דיין ציעל, ביז איך בין זיך אליין צו לאסט געווארען?
כא ווארום פערגיסט דו ניט מיין פארברעך, און פארטיליגסט ניט מיין זינד? דען באלד וועל איך ליגען אין שטויב, און דו וועסט מיך זוכען און איך וועל מעהר ניט זיין?

ביאורי פסוקים