ביאור:איוב כב
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כב)
- א און געענטפערט האט אליפז דער תימני און האט געזאגט:
- ב קען דען דער מענש נוצען גאט? דער פארשטענדיגער נוצט בלויז זיך אליין.
- ג האט דען גאט א נוץ דערפון וואס דו ביזט גערעכטיג, צי געווינט ער דערביי ווען דיינע וועגען זיינען פרום?
- ד צי ווייל ער האט מורא פאר דיר שטראפט ער דיך? צי געהט ער מיט דיר פאר געריכט?
- ה דיינע שלעכטע טהאטען זיינען פיעל, און קיין ענד איז ניטא צו דיינע זינד.
- ו דו האסט גענומען א משכון ביי דיינע ברידער אומזיסט, פון די נאקעטע האסטו די קליידער ארונטערגעצויגען.
- ז קיין וואסער צו טרינקען האסטו דעם מידען ניט געגעבען, פון דעם הונגעריגען האסטו צוריקגעהאלטען ברויט.
- ח צו דעם מאן מיטן (שטארקען) ארעם האט בעלאנגט די ערד, (בלויז) דער אנגעזעהענער מאן האט געמעגט אויף איהר וואוהנען.
- ט און די אלמנה האסטו אוועקגעשיקט מיט ליידיגען, און די ארעמס פון די יתומים זיינען צודריקט געווארען.
- י דאריבער (ליגען) נעצען ארום דיר און דיך גרוילט א פּלוצלינגער שרעק,
- יא ענטוועדער א פינסטערניס און דו זעהסט ניט מעהר אדער א פלייצונג פון וואסער פארדעקט דיך.
- יב גאט איז דאך אין דער הויכקייט פון די הימלען, דו זעהסט דעם שפּיץ פון די שטערען, ווי הויך זיי זיינען,
- יג און דו זאגסט: וואס ווייס גאט? צי קען ער פון הינטער די נעבעלס אורטהיילען?
- יד די וואלקענס פארשטעלען איהם און ער קען ניט זעהן. אויף דעם געוועלב פון הימעל שפּאצירט ער ארום.
- טו האסטו אויפגעפּאסט דעם וועג אויף וועלכען עס האבען פון אייביג אן געטראטען די מענער פון אונגערעכטיגקייט,
- טז וועלכע זיינען צוקנייטשט געווארען פאר דער צייט און א טייך האט פארפלייצט זייעד פונדאמענט?
- יז וועלכע האבען געזאגט צו גאט: קעהר זיך אפּ פון אונז? וואס קען דער אלמעכטיגער טהאן פאר זיי?
- יח דאך ער האט עס אנגעפילט זייערע הייזער מיט גוטס. - דער געדאנקען פון די פארדארבענע איז ווייט פון מיר.
- יט די גערעכטיגע וועלען צוזעהן און וועלען זיך פרעהען, דער אונשולדיגער וועט שפּאטען פון זי.
- כ איז דען ניט אונזער פיינד פארטיליגט געווארען? זייער גרויסקייט האט דאס פייער פארצעהרט.
- כא ווער באקאנט מיט איהם (גאט) און דו וועסט לעבען אין פרידען; דורך דעם וועט קומען גוטס אויף דיר.
- כב נעהם דיין לעהרע פון זיין מויל, לעג אריין זיינע ווערטער ביי דיר אין הערצען.
- כג ווען דו וועסט זיך אומקעהרען צו דעם אלמעכטיגען וועסטו אויפגעריכט ווערען – דו זאלסט נאר דערווייטערען די אונגערעכטיגקייט פון דיינע געצעלטען.
- כד ווארף אין שטויב דיינע טהייערע מעטאלען, און ביי די פעלזען פון טייך – דיין אופיר גאלד.
- כה און דער אלמעכטיגער זאל זיין דיין טהייערער מעטאל, דיין העל-שיינענדער זילבער זאל ער זיין,
- כו דאן וועסטו קוועלען פון דעם אלמעכטיגען, דו וועסט אויפהויבען צו גאט דיין געזיכט.
- כז דו וועסט בעטען ביי איהם און ער וועט דיך צוהערען דען דיינע פארשפּרעכונגען (צו גאט) וועסטו באצאהלען.
- כח דו וועסט באשליסען א זאך און זי וועט דיר ערפילט ווערען, און איבער דיינע וועגען וועט שיינען א ליכטיגקייט.
- כט (דעם) וואס מען האט ערנידעריגט וועסטו הייפען (ער זאל) דערהויבט ווערען, און דעם וואס האט אראפּגעבויגט די אויגען דעם וועט (גאט) העלפען.
- ל ער וועט רעטען (אפילו) דעם ניט-אונשולדיגען, וועלכער וועט גערעטעט ווערען צוליעב די ריינקייט פון דיינע הענט.