בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות א)


א און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם מיט יעקבֿן; איטלעכער מיט זײַן הױזגעזינט זײַנען זײ געקומען:
ב ראובֿן, שמעון, לֵוִי, און יהודה;
ג יִשׂשָׂכָר, זבולון, און בנימין;
ד דָן און נפֿתּלי, גָד און אָשר.
ה און אַלע נפֿשות װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון יעקבֿס דיך, זײַנען געװען זיבעציק נפֿשות; און יוֹסף איז שױן געװען אין מִצרַיִם.
ו איז געשטאָרבן יוֹסף, און אַלע זײַנע ברידער, און יענער גאַנצער דָור. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך געפֿרוכפּערט, און זיך געװידמענט און געמערט,
ז און זײ זײַנען געװאָרן זײער זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿול געװאָרן מיט זײ.
ח איז אױפֿגעשטאַנען אַ נײַער מלך איבער מִצרַיִם, װאָס האָט ניט געקענט יוֹספֿן.
ט און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָלק: זעט, דאָס פֿאָלק פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז מערער און שטאַרקער פֿון אונדז.
י קומט לאָמיר זיך קליגן קעגן אים; אַניט װעט ער זיך מערן, און עס װעט זײַן, אַז עס װעט זיך טרעפֿן אַ מלחמה, װעט ער אױך צושטײן צו אונדזערע פֿײַנט, און ער װעט מלחמה האַלטן אױף אונדז, און װעט אַרױסגײן פֿון לאַנד.
יא האָבן זײ געמאַכט איבער אים צינזהאַרן, כּדי אים צו פּײַניקן מיט זײערע לאַסטאַרבעט, און ער האָט געבױט שפּײַכלערשטעט פֿאַר פַּרעהן, פִּתוֹם און רַעְמסֵס.
יב אָבער װי זײ האָבן אים געפּײַניקט, אַזױ האָט ער זיך געמערט, און אַזױ האָט ער זיך צעשפּרײט; און זײ זײַנען געװען אין שרעק פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
יג און די מִצרים האָבן געמאַכט אַרבעטן די קינדער פֿון ישׂראל מיט האַרטיקײט.
יד און זײ האָבן פֿאַרביטערט זײער לעבן מיט שװערער אַרבעט, בײַ לײם און בײַ ציגל, און בײַ אַלערלײ אַרבעט אין פֿעלד; אַלדי אַרבעט זײערע װאָס זײ האָבן מיט זײ געאַרבעט, איז געװען מיט האַרטיקײט.
טו און דער מלך פֿון מִצריםֹ האָט גערעדט צו די ייִדישע הײבינס, װאָס דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען שִפֿרָה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּועָה, און ער האָט געזאָגט:
טז אַז איר העלפֿט די ייִדישע װײַבער געבערן, זאָלט איר זען אױפֿן בראָכשטול, אױב דאָס איז אַ זון, זאָלט איר אים טײטן, און אױב דאָס איז אַ טאָכטער, זאָל זי בלײַבן לעבן.
יז אָבער די הײבינס האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, און זײ האָבן ניט געטאָן אַזױ װי דער מלך פֿון מִצרַיִם האָט זײ אָנגעזאָגט, און זײ האָבן געלאָזט לעבן די ייִנגלעך.
יח האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם גערופֿן די הײבינס, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט איר געטאָן די דאָזיקע זאַך, און געלאָזט לעבן די ייִנגלעך?
יט האָבן די הײבינס געזאָגט צו פַּרעהן: װײַל ניט אַזױ װי די מִצרישע װײַבער זײַנען די ייִדישע; װאָרום זײ זײַנען לעבהאַפֿטיק; אײדער די הײבין קומט צו זײ, האָבן זײ שױן געבאָרן.
כ און גאָט האָט באַגיטיקט די הײבינס; און דאָס פֿאָלק האָט זיך געמערט, און זײ זײַנען געװאָרן זײער שטאַרק.
כא און עס איז געװען, װײַל די הײבינס האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, האָט ער זײ געמאַכט הײַזער.
כב און פַּרעה האָט באַפֿױלן זײַן גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: יעטװעדער זון װאָס װערט געבאָרן, זאָלט איר אים אין טײַך אַרײַנװאַרפֿן, און יעטװעדער טאָכטער זאָלט איר לאָזן לעבן.

ביאורי פסוקים