בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ו)


/6:1 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: אַצונד װעסטו זען װאָס איך װעל טאָן צו פַּרעהן; װאָרום דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײ אַװעקלאָזן, און דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײ אַרױסטרײַבן פֿון זײַן לאַנד. וָאֵרָא /6:2 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, און האָט צו אים געזאָגט: איך בין {dn יהוה}; /6:3 און איך האָב זיך באַװיזן צו אַברהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, װי {dn גאָט} שַדַי, אָבער מיט מײַן נאָמען {dn יהוה} האָב איך זיך ניט געלאָזט דערקענען צו זײ. /6:4 און איך האָב אױך אױפֿגעשטעלט מײַן בונד מיט זײ, זײ צו געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, דאָס לאַנד פֿון זײער װױנשאַפט, װאָס זײ האָבן דערין געװױנט. /6:5 און איך האָב אױך געהערט דאָס קרעכצן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס די מִצרים פֿאַרקנעכטן זײ, און איך האָב געדאַכט אָן מײַן בונד. /6:6 דרום זאָג צו די קינדער פֿון ישׂראל: איך בין {dn יהוה}, און איך װעל אײַך אַרױסציען פֿון אונטער די לאַסטן פֿון מִצרַיִם, און װעל אײַך מציל זײַן פֿון זײער קנעכטשאַפט, און איך װעל אײַך אױסלײזן מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױסע משפּטים. /6:7 און איך װעל אײַך נעמען צו מיר פֿאַר אַ פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום {dn גאָט}; און איר װעט װיסן, אַז איך בין {dn יהוה} אײַער {dn גאָט}, װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון אונטער די לאַסטן פֿון מִצרַיִם. /6:8 און איך װעל אײַך ברענגען אין דעם לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אַברהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, און איך װעל עס געבן צו אײַך פֿאַר אַן אַרב; איך בין {dn יהוה}. /6:9 האָט משה אַזױ גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו משהן פֿון קורץ געמיט און פֿון שװערער אַרבעט. /6:10 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: /6:11 גײ רעד צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײַן לאַנד. /6:12 האָט משה גערעדט פֿאַר {dn גאָט}, אַזױ צו זאָגן: זע, די קינדער פֿון ישׂראל האָבן ניט צוגעהערט צו מיר, הײַנט װי װעט פַּרעה מיך צוהערן, אַז איך האָב פֿאַרשטאָפּטע ליפּן? /6:13 און {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, און זײ באַפֿױלן צו די קינדער פֿון ישׂראל, און צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, כּדי אַרױסצוציען די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון לאַנד מִצרַיִם. /6:14 דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער: די זין פֿון ראובֿן, ישׂראלס בכָור: חַנוֹך, און פַּלוא, חֶצרוֹן, און כַּרמי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון ראובֿן. /6:15 און די זין פֿון שמעונען: ימואֵל, און יָמין, און אוֹהַד, און יָכין, און צוֹחַר, און שָאול דער זון פֿון אַ כּנַעֲנית. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון שמעון. /6:16 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון לֵוִיס זין, לױט זײערע געבורטן: גֵרשוֹן, און קהָת, און מרָרי. און די יאָרן פֿון לֵוִיס לעבן זײַנען געװען הונדערט און זיבן און דרײַסיק יאָר. /6:17 די זין פֿון גֵרשוֹנען: לִבני, און שִמעִי, לױט זײערע משפּחות. /6:18 און די זין פֿון קהָתן: עַמרָם, און יִצהָר, און חבֿרוֹן, און עוזיאֵל. און די יאָרן פֿון קהָתעס לעבן זײַנען געװען הונדערט און דרײַ און דרײַסיק יאָר. /6:19 און די זין פֿון מרָרין: מחלי, און מושי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע געבורטן. /6:20 און עַמרָם האָט זיך גענומען זײַן מומע יוֹכֶבֶדן פֿאַר אַ װײַב, און זי האָט אים געבאָרן אַהרֹנען און משהן. און די יאָרן פֿון עַמרָמס לעבן זײַנען געװען הונדערט און זיבן און דרײַסיק יאָר. /6:21 און די זין פֿון יִצהָרן: קֹרח, און נֶפֶג, און זכרי. /6:22 און די זין פֿון עוזיאֵלן: מישָאֵל, און אֶלצָפָן, און סִתרי. /6:23 און אַהרן האָט זיך גענומען אֶלישֶבַע די טאָכטער פֿון עַמינָדָבן, די שװעסטער פֿון נַחשוֹנען, פֿאַר אַ װײַב, און זי האָט אים געבאָרן נָדָבן, און אַביהואן, אֶלעָזָרן, און איתָמָרן. /6:24 און די זין פֿון קֹרחן: אַסיר, און אֶלקָנָה, און אַביאָסָף. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קָרחים. /6:25 און אֶלעָזָר דער זון פֿון אַהרֹנען האָט זיך גענומען אײנע פֿון די טעכטער פֿון פּוטיאֵלן זיך פֿאַר אַ װײַב; און זי האָט אים געבאָרן פּינחסן. דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות. /6:26 דאָס זײַנען אַהרן און משה, װאָס {dn גאָט} האָט צו זײ געזאָגט: ציט אַרױס די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם לױט זײערע מחנות. /6:27 זײ זײַנען דאָס די װאָס האָבן גערעדט צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, כּדי אַרױסצוציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון מִצרַיִם. דאָס זײַנען משה און אַהרן. /6:28 און עס איז געװען אין דעם טאָג װאָס {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן אין לאַנד מִצרַיִם. /6:29 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: איך בין {dn יהוה}; רעד צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם אַלץ װאָס איך רעד צו דיר. האָט משה געזאָגט פֿאַר {dn גאָט}: איך האָב דאָך פֿאַרשטאָפּטע ליפּן, און װי װעט פַּרעה צוהערן צו מיר?



ביאורי פסוקים