טייטש יהואש בראשית פרק א

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית א)


א אין אָנהײב האָט גאָט באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד.
ב און די ערד איז געװען װיסט און לײדיק, און פֿינצטערניש איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום, און דער גײַסט פֿון גאָט האָט געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן.
ג האָט גאָט געזאָגט: זאָל װערן ליכט. און עס איז געװאָרן ליכט.
ד און גאָט האָט געזען דאָס ליכט אַז עס איז גוט; און גאָט האָט פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש.
ה און גאָט האָט גערופֿן דאָס ליכט טאָג, און די פֿינצטערניש האָט ער גערופֿן נאַכט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אײן טאָג.
ו האָט גאָט געזאָגט: זאָל װערן אַן אױסשפּרײט אין מיטן פֿון די װאַסערן, און ער זאָל פֿאַנאַנדערשײדן צװישן װאַסערן און װאַסערן.
ז און גאָט האָט געמאַכט דעם אױסשפּרײט, און האָט פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן די װאַסערן װאָס אונטער דעם אױסשפּרײט און צװישן די װאַסערן װאָס איבער דעם אױסשפּרײט. און עס איז אַזױ געשען.
ח און גאָט האָט גערופֿן דעם אױסשפּרײט הימל. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ צװײטן טאָג.
ט האָט גאָט געזאָגט: זאָלן זיך אײַנזאַמעלן די װאַסערן פֿון אונטערן הימל אין אײן אָרט, און זאָל זיך באַװײַזן די יבשה. און עס איז אַזױ געשען.
י און גאָט האָט גערופֿן די יבשה ערד, און די אײַנזאַמלונג פֿון די װאַסערן האָט ער גערופֿן ימען. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
יא האָט גאָט געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסגראָזן גראָז, קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען, פֿרוכטבײמער װאָס טראָגן פֿרוכט אױף דער ערד לױט זײערע מינים, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ. און עס איז אַזױ געשען.
יב און די ערד האָט אַרױסגעבראַכט גראָז, קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען לױט זײַנע מינים, און בײמער װאָס טראָגן פֿרוכט, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ, לױט זײערע מינים. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
יג און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ דריטן טאָג.
יד האָט גאָט געזאָגט: זאָלן װערן ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, פֿאַנאַנדערצושײדן צװישן דעם טאָג און צװישן דער נאַכט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר צײכנס און פֿאַר צײַטן, און פֿאַר טעג און יאָרן.
טו און זײ זאָלן זײַן פֿאַר ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד. און עס איז אַזױ געשען.
טז און גאָט האָט געמאַכט די צװײ גרױסע ליכטער: דאָס גרעסערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון טאָג, און דאָס קלענערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון דער נאַכט; און די שטערן.
יז און גאָט האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד,
יח און צו געװעלטיקן איבער דעם טאָג און איבער דער נאַכט, און פֿאַנאַנדערצושײדן צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
יט און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿירטן טאָג.
כ האָט גאָט געזאָגט: זאָל דאָס װאַסער װידמענען אַ װידמענונג פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן, און פֿױגלען זאָלן פֿליען אױף דער ערד, איבערן פֿרײַען אױסשפּרײט פֿון הימל.
כא און גאָט האָט באַשאַפֿן די גרױסע ים-חיות, און אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן װאָס קריכן, װאָס דאָס װאַסער האָט געװידמענט לױט זײערע מינים, און אַלע געפֿליגלטע פֿױגלען לױט זײערע מינים. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
כב און גאָט האָט זײ געבענטשט, אַזױ צו זאָגן: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די װאַסערן אין די ימען, און די פֿױגלען זאָלן זיך מערן אױף דער ערד.
כג און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿינפֿטן טאָג.
כד האָט גאָט געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסברענגען לעבעדיקע באַשעפֿענישן לױט זײערע מינים, בהמות און שרצים און חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און עס איז אַזױ געשען.
כה און גאָט האָט געמאַכט די חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים, און די בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
כו האָט גאָט געזאָגט: לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט, לױט אונדזער גלײַכעניש, און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד.
כז און גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט; אין דער געשטאַלט פֿון גאָט האָט ער אים באַשאַפֿן; אַ זכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.
כח און גאָט האָט זײ געבענטשט, און גאָט האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.
כט און גאָט האָט געזאָגט: זעט, איך האָב אײַך געגעבן יעטװעדער קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען, װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און יעטװעדער בױם װאָס אױף אים איז דאָ בײמערפֿרוכט װאָס גיט אַרױס זאָמען; פֿאַר אײַך זאָל דאָס זײַן צום עסן.
ל און פֿאַר אַלע חיות פֿון דער ערד, און פֿאַר אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, װאָס אין אים איז דאָ אַ לעבעדיקער אָטעם, איז יעטװעדער גרין קרײַטעכץ צום עסן. און עס איז אַזױ געװען.
לא און גאָט האָט געזען אַלץ װאָס ער האָט געמאַכט, ערשט עס איז זײער גוט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, דעם זעקסטן טאָג.

ביאורי פסוקים