טייטש יהואש בראשית פרק ג

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית ג)


א און די שלאַנג איז געװען ליסטיקער פֿון אַלע חיות פֿון פֿעלד װאָס גאָט דער האַר האָט געמאַכט, און זי האָט געזאָגט צו דער פֿרױ: ניט-שױן האָט גאָט געזאָגט, איר זאָלט ניט עסן פֿון קײן בױם פֿון גאָרטן?
ב האָט די פֿרױ געזאָגט צו דער שלאַנג: פֿון דער פֿרוכט פֿון די בײמער פֿון גאָרטן מעגן מיר עסן,
ג נאָר פֿון דער פֿרוכט פֿון דעם בױם װאָס אין מיטן גאָרטן האָט גאָט געזאָגט: איר זאָלט דערפֿון ניט עסן, און איר זאָלט זיך דעראָן ניט אָנרירן, אַזיסט װעט איר שטאַרבן.
ד האָט די שלאַנג געזאָגט צו דער פֿרױ: שטאַרבן װעט איר ניט שטאַרבן,
ה נאָר גאָט װײס אַז אין דעם טאָג װאָס איר עסט דערפֿון, װעלן זיך עפֿענען אײַערע אױגן, און איר װעט זײַן אַזױ װי גאָט צו װיסן גוטס און שלעכטס.
ו האָט די פֿרױ געזען אַז דער בױם איז גוט צום עסן, און אַז ער איז אַ גאַרונג פֿאַר די אױגן, און דער בױם איז גלוסטיק אָנצוקוקן, און זי האָט גענומען פֿון זײַן פֿרוכט, און האָט געגעסן; און זי האָט אױך געגעבן איר מאַן מיט איר, און ער האָט געגעסן.
ז און זײערע בײדנס אױגן האָבן זיך געעפֿנט, און זײ האָבן געװוּסט אַז זײ זײַנען נאַקעט; האָבן זײ צונױפֿגענײט פֿײַגנבלעטער, און זיך געמאַכט גאַרטלען.
ח און זײ האָבן געהערט דעם קול פֿון גאָט דעם האַר, װי ער גײט אַרום אין גאָרטן אין דער קילקײט פֿון טאָג; און דער מענטש און זײַן װײַב האָבן זיך באַהאַלטן פֿאַר גאָט דעם האַר צװישן די בײמער פֿון גאָרטן.
ט האָט גאָט דער האַר גערופֿן צו דעם מענטשן, און האָט צו אים געזאָגט: װוּ ביסטו?
י האָט ער געענטפֿערט: איך האָב געהערט דײַן קול אין גאָרטן, און איך האָב מורא געהאַט, װײַל איך בין נאַקעט, האָב איך מיך באַהאַלטן.
יא האָט ער געזאָגט: װער האָט דיר געזאָגט אַז דו ביסט נאַקעט? האָסטו געגעסן פֿון דעם בױם װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט ניט צו עסן פֿון אים
יב האָט דער מענטש געזאָגט: די װײַב װאָס דו האָסט מיר געגעבן, זי האָט מיר געגעבן פֿון דעם בױם, און איך האָב געגעסן.
יג האָט גאָט דער האַר געזאָגט צו דער פֿרױ: װאָס האָסטו דאָ געטאָן? האָט די פֿרױ געזאָגט: די שלאַנג האָט מיך אָנגערעדט, און איך האָב געגעסן.
יד האָט גאָט דער האַר געזאָגט צו דער שלאַנג: װײַל דו האָסט דאָס געטאָן, זאָלסטו זײַן פֿאַרשאָלטן פֿון צװישן אַלע בהמות, און פֿון צװישן אַלע חיות פֿון פֿעלד; אױף דײַן בױך זאָלסטו גײן, און שטױב זאָלסטו עסן אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
טו און אַ פֿײַנטשאַפֿט װעל איך מאַכן צװישן דיר און צװישן דער פֿרױ, און צװישן דײַן זאָמען און צװישן איר זאָמען; ער װעט דיך טרעפֿן אין קאָפּ, און דו װעסט אים טרעפֿן אין טריט.
טז צו דער פֿרױ האָט ער געזאָגט: מערן װעל איך מערן דײַן מאַטערניש און דײַן טראָגװײעניש; מיט יסורים װעסטו געבערן קינדער, און צו דײַן מאַן װעט זײַן דײַן גלוסטונג, און ער װעט געװעלטיקן איבער דיר.
יז און צו אָָדָמען האָט ער געזאָגט: װײַל דו האָסט צוגעהערט צו דעם קול פֿון דײַן װײַב, און געגעסן פֿון דעם בױם װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט פֿון אים ניט עסן; זאָל די ערד זײַן פֿאַרשאָלטן פֿון דײַנעטװעגן; מיט מאַטערניש זאָלסטו זיך נערן פֿון איר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
יח און דערנער און שטעכיק געװעקס זאָל זי דיר מאַכן שפּראָצן, און זאָלסט עסן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד.
יט מיט דעם שװײס פֿון דײַן פּנים זאָלסטו עסן ברױט, ביז דו קערסט זיך אום צו דער ערד; װײַל פֿון איר ביסטו גענומען געװאָרן; װאָרום שטױב ביסטו, און צו שטױב זאָסלטו זיך אומקערן.
כ און דער מענטש האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן װײַב חַוָה, װײַל זי איז געװען די מוטער פֿון אַלעם לעבעדיקן.
כא און גאָט דער האַר האָט געמאַכט פֿאַר אָדָמען און פֿאַר זײַן װײַב העמדלעך פֿון פֿעל, און האָט זײ באַקלײדט.
כב און גאָט דער האַר האָט געזאָגט: זע, דער מענטש איז געװאָרן װי אײנער פֿון אונדז צו װיסן גוטס און שלעכטס, און אַצונד קען ער נאָך אױסשטרעקן זײַן האַנט, און נעמען אױך פֿון דעם בױם פֿון לעבן, און ער װעט עסן, און װעט לעבן אײביק.
כג האָט גאָט דער האַר אים אַרױסגעשיקט פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן, צו באַאַרבעטן די ערד, װאָס ער איז פֿון דאָרטן גענומען געװאָרן.
כד און ער האָט אַרױסגעטריבן דעם מענטשן; און ער האָט אַרײַנגעזעצט אין מזרח פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן די כּרובים, און די פֿלאַמיקע שװערד װאָס דרײט זיך, צו היטן דעם װעג צום בױם פֿון לעבן.

ביאורי פסוקים