טייטש יהואש איוב פרק א
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב א)
- א עס איז געווען א מאן אין דעם לאנד עוץ. איוב איז געווען זיין נאמען. און דער דאזיגער מאן איז געווען ריין און עהרליך און גאטספארכטיג און אפגעקעהרט פון שלעכטס.
- ב און ביי איהם זיינען געבארען געווארען זיבען זיהן און דריי טעכטער.
- ג און זיין פארמעגען איז געוועזען: זיבען טויזענד שעפּסען און דריי טויזענד קעמלען, און פינף הונדערט געשפאן רינדער, און פינף הונדערט עזעלינען, און פיעל באדיענטע, און דער מאן איז געווען רייכער פאר אלע קינדער פון מארגענלאנד.
- ד און זיינע זיהן פלעגען געהן און מאכען א מאהלצייט, ביי איטליכען אין זיין באשטימטען טאג, און זיי פלעגען שיקען און רופען זייערע דריי שוועסטער, צו עסען און צו טרינקען מיט זיי.
- ה און עס פלעגט געשעהן, ווען עס האבען זיך ארומנעדרעהט די טעג פון דער מאהלצייט, פלעגט איוב שיקען און זיי איינלאדען. און ער פלעגט אויפשטעהן באגינען, און פלעגט ברינגען בראנד־אפפער – די צאהל פון זיי אלעמען, ווייל איוב האט געזאגט: פיעללייכט האבען מיינע קינדער געזינדיגט און געלעסטערט גאט אין הערצען. אזוי פלעגט איוב טהאן אלע צייטען.
- ו און עס איז געקומען דער טאג ווען די קינדער פון גאט זיינען געקומען זיך שטעלען פאר גאט און דער שטן איז אויך געקומען צווישען זיי.
- ז און גאט האט געזאגט צום שטן: פון וואנען קומסטו? און דער שטן האט געענטפערט גאט און האט געזאגט: פון שוועבען אויף דער ערד און פון וואנדערען איבער איהר.
- ח און גאט האט געזאגט צום שטן: האסטו געווענדעט דיין אויפמערקזאמקייט אויף מיין קנעכט איוב'ן? דען עס איז ניטא אויף דער ערד א מאן אזוי ווי ער ריין און עהרליך, גאטספארכטיג און אפגעקעהרט פון שלעכטס.
- ט און דער שטן האט געעגטפערט גאט און האט געזאגט: אומזיסט דען האט איוב מורא פאר גאט?
- י האסט דו דען ניט ארומגעצאהמט איהם און זיין הויזגעזינד און אלץ וואס צו איהם געהערט? די ארבייט פון זיינע הענד האסטו געבענשט און זיין פיה איז פארשפרייט איבערן לאנד.
- יא שטרעק אבער נאר אויס דיין האנד און ריהר אן עפּעס וואס איהם געהערט, אויב ער וועט דיך ניט לעסטערען אין דיין געזיכט אריין.
- יב און גאט האט געזאגט צו דעם שטן: אט האסטו אלץ וואס איהם געהערט אין דיין האנד, נאר צו איהם אליין שטרעק ניט אויס דיין האנד. און דער שטן איז אוועקגעגאנגען פון גאט'ס געזיכט.
- יג און עס איז געקומען דער טאג ווען זיינע זיהן און טעכטער האבען געגעסען און האבען געטרונקען וויין אין דעם הויז פון זייער עלטעסטען ברודער.
- יד און א שליח איז געקומען צו איוב'ן און האט געזאגט: די רינדער האבען געאקערט און די עזעלינען האבען זיך געפּאשעט נעבען זיי,
- טו און(א באנדע פון) שבא איז אנגעפאלען און האט זיי צוגענומען, און די יונגען האבען זיי דערשלאגען מיט'ן שוועד, און איך אליין נאר בין אנטרונען אום דיר צו דערצייהלען.
- טז דער רעדט נאך און אן אנדערער איז געקומען און האט געזאגט: א פייער פון גאט איז ארונטערגעפאלען פון הימעל און האט אנגעצונדען די שעפּסען און די יונגען, און האט זיי פארצעהרט, און איך אליין נאר בין אנטרונען אום דיר צו דערצייהלען.
- יז דער רעדט נאך און אן אנדערער איז אנגעקומען און האט געזאגט: די כשדים האבען זיך צוטהיילט אין דריי פאלקען און זיינען בעפאלען די קעמלען און האבען זיי צוגענומען, און די יונגען האבען זיי דערשלאגען מיטן שוועד, און איך אליין נאר בין אנטרונען אום דיר צו דערצייהלען.
- יח דער רעדט נאך און א׳ן אנדערער איז אנגעקומען און האט געזאגט: דיינע זיהן און דיינע טעכטער האבען געגעסען און האבען געטרונקען וויין אין דעם הויז פון זייער עלטעסטען ברודער,
- יט און מיט אמאל איז א גרויסער שטורעם-ווינד אנגעקומען פון דער מדבר-זייט און האט ארומגעכאפט די פיער ווינקלען פון דעם הויז און עס איז איינגעפאלען אויף די יונגע לייט און זיי זיינען געשטארבען, און איך אליין נאר האב זיך גערעטעט אום דיר צו דערצייהלען.
- כ און איוב איז אויפגעשטאנען און האט איינגעריסען זיין מאנטעל און געפליקט זיין קאפּ און איז געפאלען צו דער ערד און זיך געבוקט.
- כא און ער האט געזאגט: נאקעט בין איך ארויס פון מיין מוטערס לייב און נאקעט וועל איך אהין צוריקעהרען, גאט האט געגעבען און גאט האט צוגענומען. געבענשט זאל זיין דער נאמען פון גאט.
- כב דאך האט איוב ניט געזינדיגט, און דעם אלמעכטיגען קיין טאדעל ניט געגעבען.