ביאור:איוב יז
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יז)
- א מיין געמיטה איז צובראכען, מיינע טעג זיינען פארלאשען, פאר מיר (שטעהען בלויז) טויטענגריבער.
- ב (מאכען זיי) ניט שפּאס מיט מיר? - און רוהט ניט מיין אויג אויף זייערע באליידיגונגען?
- ג לעג צו (דיין אויפמערקזאמקייט), זיי אליין ביי זיך מיין גוט-זאגער, ווער דען וועט מיר געבען די האנד (אלס גוטזאגער)?
- ד דו האסט זייער הערץ פארבארגען פון פארשטאנד דאריבער ווערסטו דורך זיי ניט דערהויבען.
- ה שמייכעל-ווערטער בלויז רעדט יעדער צו זיינע פריינד זאלען די אויגען פון זיינע קינדער אויסגעהן!
- ו ער האט מיך אוועקגעשטעלט פאר דעם שפּאט פון די פעלקער, איך בין געווארען עפענטליך אן אבשייליכע זאך.
- ז פון קומער איז מיין אויג טונקעל געווארען, מיינע גליעדער זיינען אלע ווי א שאטען.
- ח די עהרליכע מוזען דארויף שטוינען, און דער אונשולדיגער מוז אויפגערעגט ווערען קעגען דעם פאלשען.
- ט דאך וועט דער גערעכטיגער זיך האלטען ביי זיין וועג און דער וואס האט ריינע הענד וועט נאך קריגען מעהר מוטה.
- י אבער איהר אלע קומט נאר אהער צוריק! איר קען צווישען אייך ניט געפינען קיין קלוגען.
- יא מיינע טעג זיינען פארגאנגען, צוריסען זיינען מיינע געדאנקען - די אייגענטהימער פון מיין הערצען.
- יב זיי מאכען פון נאכט טאג, און נאהנטעס ליכט - פון פינסטערניס.
- יג קען איך דען האפען? די אונטערערד איז מיין הויז, אין דער פינסטערניס מוז איך אויסבעטען מיין געלעגער.
- יד איך רוף די גרוב מיין פאטער, מיין מוטער און מיין שוועסטער זיינען די ווערעם.
- טו וואו איז מיין האפענונג דען? מיין ערווארטונג - ווער וועט זי אנזעהן?
- טז אין דער אונטערערד וועלען זיי ארונטערשטייגען, צוזאמען אין שטויב (וועלען זיי געפינען) רוה.