טייטש יהואש איוב פרק ו
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ו)
- א און געענטפערט האט איוב און געזאגט:
- ב ווען מיין שמערץ זאל געזואויגען ווערען, און מען זאל אויפהויבען אין א וואגשאל מיין גאנצען בראך.
- ג שווערער ווי זאמד פון מעער וואלט ער דאן געווען; דאריבער זיינען מיינע ווערטער צומישט,
- ד דען די פיילען פון דעם אלמעכטיגען שטעקען אין מיר, און מיין גייסט טרינקט זייער גיפט. די שרעקען פון גאט רייהען זיך (אין קאמפף) אקעגען מיר.
- ה הירזשעט דער ווילדער עזעל אויפ'ן גראז? רעוועט דער אקס איבער זיין שפייז-געמיש?
- ו ווערט אונגעווירצטע שפייז געגעסען אהן זאלץ? איז דא א געשמאק אין קלעפינען שפייעכטס?
- ז (זאכען) וואס מיין זעעלע האט זיך געווייגערט אנצוריהרען, זיי זיינען איצט מיין עקעלהאפטע שפייז.
- ח אָ, ווען מיין פארלאנג זאל אנקומען, ווען גאט זאל שענקען מיין האפענונג;
- ט און דער אלמעכטיגער זאל איינוויליגען און מיך צודריקען, ער זאל לויז לאזען זיין האנד און מיך דערענדיגען!
- י דאס וואלט נאך פאר מיך א טרייסט געווען, איך וואלט זיך מיט דעם וועהטאג געפרעהט; ער זא׳ל נאר קיין מיטלייד ניט האבען! - איך האב דאך אין די ווערטער פון דעם הייליגען ניט געלייקענט.
- יא וואס איז מיין קראפט איך זאל האפען? וואס וועט מיין ענד זיין, איך זאל מיין געדולד פערלענגערען?
- יב איז מיין קראפט די קראפט פון שטיינער? איז מיין פלייש פון קופער?
- יג יא, קיין הילף איז מעהר פאר מיך ניטא, און יעדער ראטה פערשטויסען איז פון מיר.
- יד דעם ליידענדען דארף זיין גוטער פריינד מיטלייד שענקען, ער אבער פערלאזט די גאטספארכטיגקייט.
- טו מיינע ברידער האבען געפעלשט ווי דער טייך, זיי זיינען אוועק אזוי ווי דער שטראם פון די פלוסען,
- טז וואס ווערען פארדונקעלט פון דעם אייז און זייער אויבערדעק ווערט פארבארגען פון שנעע.
- יז ווען זיי ווערען צואווארעמט ווערען זיי פארשוואונדען, פון דער היץ רוקען זיי זיך אוועק פון זייער פלאטץ.
- יח עס דרעהען זיך די וועגען פון זייער וואנדערונג, זיי פארגעהען אין דער וויסטע און ווערען פארלארען.
- יט די קאראוואנען פון תימא האבען אויסגעקוקט, די מחנות פון שבא האבען אויף זיי געהאפט.
- כ זיי האבען זיך געשעמט וואס זיי האבען צוטרוי געהאט, זיי זיינען געקומען אהינצו און זיינען געווארען צו שאנד.
- כא אזוי זייט איהר איצט געווארען, איהר האט דערזעהן דעם בראך און האט זיך דערשראקען.
- כב האב איך דען געזאגט: גיט מיר (עפעס)? שענקט פון מיינעטוועגען פון אייער פארמעגען?
- כג און ראטעוועט מיך פון דעם פיינד'ס האנד, און לייזט מיך אויס פון דער האנד פון טיראנען?
- כד לערענט מיך און איך וועל שווייגען, און וואס איך האב פארזעהן גיט מיר צו פארשטעהן.
- כה ווי שטארק זיינען די ווערטער פון וואהרהייט! אבער וואס באווייזען אייערע טענות ?
- כו רעכענט איהר ווערטער פאר א בעווייז, און די רייד פון דעם פארצווייפעלטען (האלט איהר בלויז) פאר ווינד?
- כז איהר וואלט אויף א יתום (אן אומגליק) ארויפווארפען, אייערע פריינד וואלט איהר אונטערגעגראבען.
- כח און איצטער באוויליגט מיך און ווענדט זיך צו מיר: זאג איך אייך אין אייער געזיכט ליגען?
- כט איבערלעגט זיך, לאזט קיין אונרעכט ניט געשעהן, איבערלעגט זיך ווידער. דערינען ליגט מיין אונשולד.
- ל איז אן אונגערעכטיגקייט פאראן אויף מיין צונג? אדער פארשטעהט מיין גומען ניט וואס פארברעכען איז?