בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כז)


א און איוב האט ווידער אנגעהויבען זיין ריידען און האט געזאגט:
ב (איך שווער) אזוי ווי עס לעבט דער גאט וועלכער האט אועקגענומען מיין רעכט, און דער אלמעכטיגער וועלכער האט מיין זעעל פארביטערט:
ג אזוי לאנג ווי עס איז דא מיין אטהעם אין מיר און דער הויך פון גאט אין מיינע נאזלעכער,
ד וועלען מיינע ליפען ניט ריידען דאס וואס איז אונגערעכט, און מיין צונג וועט ניט זאגען קיין פאלשקייט.
ה באהיט מיך גאט איך זאל אייך רעכט געבען - ביז איך וועל פארגעהן וועל איך ניט לאזען (קיינעם) אוועקנעהמען מיין עהרליכקייט פון מיר.
ו איך האב זיך פעסט געהאלטען אן מיין פרומקייט, און האב זי ניט אפגעלאזען, (קיין מאל) אין מיינע טעג האט מיר מיין הערץ קיין פארוואורף ניט געמאכט.
ז פארדארבען זאל יענער גערעכענט ווערען ווער עס איז מיין פיינד, א נידערטרעכטיגער - דער וואס איז מיין גענגער.
ח ווואס איז די האפענוגג פון דעם פאלשען מענשען ווען ער געווינט (רייכטהום), אויב גאט שליידערט אוועק זיין זעעל (פון זיך)?
ט וועט גאט הערען זיין געשריי ווען אן אונגליק וועט אויף איהם קומען?
י אויב ער וואלט זיך געפרעהט מיט דעם אלמעכטיגען, וואלט ער צו גאט געקענט רופען צו יעדער צייט.
יא איך וועל אייך לערנען (דאס וואס איז) אין דער האנד פון גאט, וואס ביי דעם אלמעכטיגען איז וועל איך ניט פארהוילען.
יב איהר אלע האט דאך געזעהן, ווארום פלוידערט איהר דען נארישקייטען?
יג דאס איז דער שיקזאל וואם דער שלעכטער מענש קריגט פון גאט, דאס איז דער טהייל וואס די אונטערדריקער קריגען פון דעם אלמעכטיגען.
כיד אויב זיינע קינדער מעהרען זיך איז דאס בלויז פארן שווערד, זיינע נאכקומענדע וועלען ניט האבען ברויט צו זאט.
טו די וועלכע בלייבען איבער נאך איהם וועלען פון טויט באגראבען ווערען, זיינע אלמנות וועלען (איהם) ניט באוויינען.
טז ווען ער זאל אנזאמלען זילבער ווי שטויב, און קליידער ווי לעהם אנשאפען,
יז וועט ער בלויז אנגרייטען און דער גערעכטיגער וועט אנטהאן, און מיט דעם זילבער וועלען זיך די אונשולדיגע צוטהיילען.
יח ער בויט זיין הויז ווי א מאיל, אזוי ווי א ביידעל וואס דער וועכטער מאכט.
יט א רייכער וועט ער זיך לעגען, אבער ער וועט ניט געבראכט ווערען (צו זיין קבר); מע עפענט בלויז די אויגען און ער איז שוין ניטא.
כ א וויסטער שרעק וועט איהם אזוי ווי א וואסער אניאגען, ביי דער נאכט וועט איהם א שטורעם-ווינד אוועקרויבען.
כא דער מזרח-ווינד וועט איהם אויפהויבען און ער וועט פארשווינדען, ער וועט איהם אוועקבלאזען פון זיין פלאטץ.
כב און ער וועט ווארפען אויף איהם (אונגליקען) און וועט (איהם) ניט שוינען. נגערן וואלט ער אנטלאפען פון זיין האנד.
כג מיט די הענד וועט מען ברעכען אויף איהם, מע וועט (מיט די ליפען) שמוצערען אויף איהם, דארט וואו זיין פלאטץ איז געוועזען.

ביאורי פסוקים