בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יב)


א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
ב יא, איהר (נאר אליין) זייט דאס פאלק, און מיט אייך וועט די קלוגהייט אפּשטארבען!
ג איך האב אויך א הערץ אזוי ווי איהר. איך פאל ניט ארונטער פון אייך. ביי וועמען איז אזוינס ניטא?
ד איך בין ווי איינער וואס ווערט פון זיין (אייגענעם) פריינד אפּגעלאכט, וואס רופט צו גאט און ער ענטפערט איהם: דער אונשולדיגער פרומער איז (צום) שפּאט.
ה דעם אונגליקליכען קומט פעראכטונג - לויט די געדאנקען פון דעם וואס האט קיין זארג ניט - זי איז גרייט פאר די וואס זייערע פיס וואנקען.
ו רוחיג זיינען די געצעלטען פון רויבער, זיכערחייט האבען די וועלכע דערצארענען גאט, און דער וועלכער טראגט זיין - גאט - אין זיין פויסט.
ז אבער פרעג נאר די טהיערען און זיי וועלען דיר לערנען, דעם פויגעל פון הימעל און ער וועט דיר זאגען.
ח אדער רייד צו דער ערד און זי וועט דיך באלעהרען, און די פיש פון ים און זיי וועלען דיך דערצעהלען.
ט ווער פון די אלע ווייס ניט אז די האנד פון גאט האט דאס געמאכט?
י אז אין זיין האנד ליגט די זעעל פון אלצדינג וואס לעבט, און דער לעבענסהויך פון איטליכען מענשענ'ס לייב?
יא דאם אויער קען דאך ווערטער אונטערשיידען, ווי דער גומען - די שפייז וואס איהם שמעקט.
יב ביי די אלטע איז קלוגהייט פאראנען, און לאנג-לעבען הייסט פארנונפטיגקייט.
יג ביי איהם איז קלוגהייט און שטארקייט, ביי איהם איז ראטה און פארנונפטיגקייט.
יד ער צושטערט און עס קען מעהר ניט אויפגעבויט ווערען, ער שליסט א מענשען איין און עם קען ניט געעפענט ווערען.
טו ער האלט צוריק די וואסערען און זיי ווערען אויסגעטריקענט, ער שיקט זיי ארויס און זיי קעהרען אום די ערד.
טז ביי איהם זיינען מאכט און קלוגהייט, זיינע זיינען אי דער פארפיהרטער אי דער פארפיהרער.
יז ער פארווירט די ראטהגעבער און צודולט די ריכטער.
יח ער מאכט לויז דעם באנד פון די קיניגען און קניפט א גארטעל ארום זייערע לענדען.
יט ער פיהרט די פּריסטער ארום צומישטע און ער פארדרעהט די מעכטיגע.
כ ער טהוט אפּ די שפּראך פון די רעדנערס, און דעם פארשטאנד פון די אלטע נעהמט ער אוועק.
כא ער גיסט אויס פאראכטונג אויף מאגנאטען, און דעם גארטעל פון די שטארקע מאכט ער לויז.
כב ער דעקט אויף טיעפע זאכען פון דער פינסטערניס, ער ברענגט ארויס אין ליכט דעם שאטען פון דעם טוידט.
כג ער מאכט די פעלקער גרויס און ברענגט זיי אום, ער שפּרייט אויס די נאציאנען און פיהרט זיי אוועק.
כד ער נעהמט אוועק דעם זינען ביי די פארשטעהער פון דעם פאלק פון לאנד, און פארפיהרט זיי אין א וויסטע וואו ס'איז קיין וועג ניטא.
כה זיי טאפּען אין דער פינסטערניס אהן ליכט, און ער לאזט זיי בלאנדזשען ווי א באטרונקענער.

ביאורי פסוקים