בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב טז)


א און איוב האט געעגטפערט און האט געזאגט:
ב איך האב געהערט פיעל אזעלכע (זאכען), לעסטיגע טרייסטער זייט איהר אלע.
ג וועט נעהמען אן ענד צו די לופטיגע רייד? וואס טרייבט דיך אן דו זאלסט מיך ענטפערען?
ד איך וואלט אויך גערעדט אזוי ווי איהר ווען אייער זעעל וואלט געווען אויף דעם פּלאטץ פון מיינער, איך וואלט אויף אייך געזאמעלט ווערטער, און וואלט אויף אייך געשאקעלט מיט'ן קאפּ.
ה איך וואלט אייך געקרעפטיגט מיט מיין מויל, און די באדויערונג פון מיינע ליפּען וואלט צוריקגעהאלטען (אייער וועהטאג).
ו אויב איך וועל ריידען וועט מיין שמערץ ניט פארהאלטען ווערען, און ווען איך זאל אויפהערען, וואס וועט מיר אפּגעהן?
ז איצטער האט ער מיך אויסגעמאטערט - דו האסט פארוויסט מיין גאנצע געזעלשאפט!
ח דו האסט מיך מיט קנייטשען באדעקט. דאס איז מיין עדות. מיין מאגערקייט אויף מיין געזיכט רעדט (פאר מיך).
ט זיין צארען האט (מיך) פארצוקט, ער האט מיך פארהאסט, ער קריצט אויף מיך מיט די צייהנער. מיין פיינד שלייפט אויף מיך זיינע אויגען.
י זיי האבען אויפגעריסען אקעגען מיך זייער מויל. זיי שלאגען מיינע באקען מיט פארוואורף. זיי בוגנטעווען זיך צוזאמען קעגען מיר.
יא גאט האט מיך איבערגעגעבען צו דעם נידערטרעכטיגען, אין די הענד פון די שלעכטע האט ער מיך אריינגעווארפען.
יב רוהיג בין איך געווען און ער האט מיך צוברעקעלט, ער האט מיך אנגענומען פאר'ן נאקען און האט מיך צושמעטערט, און האט מיך אוועקגעשטעלט אלס ציעל פאר זיך.
יג זיינע פיילענשיסערס רינגלען מיך ארום, ער צושפּאלט מיינע ניערען און האט קיין מיטלייד ניט, ער גיסט אויס אויף דער ערד מיין גאל.
יד ער צוברעכט מיך מיט בראך אויף בראך, ער לויפט קעגען מיר אזוי ווי א שטארקער (קריגער).
טו איך האב אויפגעגייהט א זאק-קלייד אויף מיין הויט, מיין שטאלץ האב איך אין אש אריינגעלעגט.
טז מיין געזיכט איז רויט פון געוויין, אויף מיינע ברעמען איז דער שאטען פון טויט.
יז (און אלץ) ווייל, קיין אונרעכט איז ניטא אין מיינע הענד און מיין געבעט איז ריין.
יח א ערד, דעק גיט צו מיין בלוט, זאל פאר מיין געשריי קיין ארט זיך ניט געפינען.
יט איצט אויך איז אין הימעל מיין עדות און מיין באווייז איז אין דער הויך.
כ מיינע געדאנקען זיינען מיינע פארטהיידיגער. צו גאט טריפט מיין אויג.
כא א ווען א מענש וואלט געקעגט טענה'ן מיט גאט אזוי ווי איין מענשען-קינד מיט א צווייטען!
כב די געצעהלטע יאהרען וועלען פארבייגעהן און איך וועל געהן אויף א ווענ פון וועלכען איך וועל זיך מעהר ניט אומקעהרען.

ביאורי פסוקים