טייטש יהואש איוב פרק ה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ה)
- א רוף נאר איז דא (איינער) וואס וועט דיך ענטפערען ? און צו וועמען פון די הייליגע וועסטו זיך ווענדען?
- ב דען דעם נאררען הרג'עט דער פארדרוס, און דעם ניט-קלוגען טויטעט די אייפערזוכט.
- ג איך האב געזעהן דעם נאררען איינגעווארצעלט און דאך האב איך גלייך פארפלוכט זיין וואוהנונג.
- ד זיינע קינדער וועלען ווייט זיין פון הילף, זיי וועלען צודריקט ווערען פאר דעם טהויער (פון דער שטאדט) און קיינער וועט זיי ניט רעטען.
- ה זיינע תבואה וועט אויפעסען דער הונגעריגער פון צווישען די דערנער וועט ער זי ארויסנעהמען, און א רויבער-באנדע וועט פארשלינגען זיין פארמעגען.
- ו דען פון דער ערד קומט ניט ארויס קיין באטרוג, און פון דעם באדען שפראצט ניט קיין אונרעכט.
- ז דער מענש איז צו ליידען געבארען אזוי ווי פונקען צו פליהען אין דער הויך.
- ח אבער איך זוך בלויז גאט און צו דעם אלמעכטיגען ווענד איך מיינע רייד.
- ט ער טהוט זאכען גרויסע, גאר ניט צו דערפארשען, און וואונדער אהן א צאהל.
- י ער שענקט דעם רעגען אויף דער ערד, און שיקט דאס וואסער אראפ אויף די פעלדער,
- יא אום אויפצוהויבען די דערנידערטע, אום די פארפינסטערטע זאלען דערהויכט ווערען מיט זיין הילף.
- יב ער צושטערט די פלענער פון די איבערשפיצטע, אום זייערע הענד זאלען ניט מאכען קיין ערפאלג.
- יג ער פאנגט די קלוגע אין זייער (אייגענער) פארשפיצטקייט, און דער ראטה פון די פארדארבענע (ווייזט זיך ארויס) איבעראיילט.
- יד ביי טאג באגעגענען זיי פינסטערניס, אין מיטען טאג טאפען זיי ווי ביי נאכט.
- טו ער ראטעוועט פון דעם שווערד - פון זייער מויל, און דעם נויטהבאדירפטיגען פון דעם שטארקען'ס האנד.
- טז און האפענונג קומט צו דעם ארעמאן און אונגערעכטיגקייט שליסט צו איהר מויל.
- יז יא, גליקליך איז דער מאן וואס גאט ווארענט איהם; די שטראף פון דעם אלמעכטיגען זאלסטו ניט פאראכטען.
- יח דען ער פארוואונדעט און פארבינדט, ער שלאגט און זיינע הענד פארהיילען.
- יט פון זעקס אוננליקען וועט ער דיך ארויסראטעווען און פון זיבען וועט דיך קיין בייז ניט טרעפען.
- כ אין הוננערנויטה לייזט ער דיך אויס פון טויט און אין שלאכט-פעלד - פון דעם שווערד.
- כא פון דער צונג'ס בייטש וועסטו זיין פארבארגען און דו וועסט זיך ניט שרעקען פאר'ן אונגליק ווען עם וועט קומען.
- כב פון אונגליק און פון הונגער וועסטו זיך אויסלאכען, און וועסט ניט מורא האבען פאר די טהיערען פון דער ערד.
- כג דען מיט די שטיינער פון פעלד איז דיין בונד געמאכט, און די טהיערען פון פעלד האבען פרידען געשלאסען מיט דיד.
- כד און דו וועסט וויסען אז רוהיג איז דיין געצעלט, דו וועסט באזוכען דיין וואוהנונג און קיין זאך וועט ניט פעהלען.
- כה און דו וועסט וויסען אז דיין זאמען האט זיך פארמעהרט און דיינע שפראצונגען אזוי ווי די גראז פון דער ערד.
- כו אין א פולען עלטער וועסטו קומען צו דער גרוב אזוי ווי דער תבואה-הויפען ווערט איינגעזאמעלט ווען זיין צייט קומט.
- כז אט דאס האבען מיר אויסגעפארשט, אזוי איז עס, הער עס און פערשטעה עס.