ביאור:איוב טו
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב טו)
- א און אליפז דער תימני האט געענטפערט און האט געזאגט:
- ב דארף א קלוגער ארויסזאגען פּוסטע קעגטעגיסס, און אנפיללען מיט מזרח-ווינד זיין בויך?
- ג דארף ער דיספּוטירען מיט רייד וואס נוצען ניט און מיט ווערטער וואס קענען גארניט ווירקען ?
- ד דו אויך, פארניכטעסט (דיין) גאטספארכטיגקייט און האלטסט צוריק (דיין) געבעט פאר גאט.
- ה דיין מויל לערנט (אוגז) דיין זינד, און דו קלייבסט אויס די שפּראך פון די איבערשפּיצטע.
- ו דיין ( אייגענער) מויל מאכט דיך שולדיג, און ניט איך, דיינע ליפּען זאגען עדות קעגען דיר.
- ז ביזטו דען דער ערשטער מענש וואס איז געבארען געווארען? ביזטו איידער די בערג באשאפען געווארען?
- ח האסטו דאס געהיימניסס פון גאט אייגגעהארכט? האסטו פאר זיך צוגענומען די קלוגהייט?
- ט וואס (אזוינס) ווייסטו, וואס מיר ווייסען ניט? וואס פארשטעהסטו, וואס ביי אונז איז ניט פאראגען?
- י מיר האבען צווישען אונז אי א גראען מאן אי א גרייז מעהר באטאגט פון דיין פאטער.
- יא זיינען פאר דיר וועניג די דאזיגע טרייסטונגען? האסט עפּעס אין געהיים ביי זיך?
- יב וואו פארטראגט דיך דיין הארץ, וואוהין ווינקען דיינע אויגען?
- יג דאס דו קעהרסט אקעגען נאט דיין גייסט און לאזט ארויס ווערטער פון דיין מויל?
- יד וואס איז דער מענש ער זאלל קענען ריין זיין? קען דען זיין גערעכט דער וואס איז געבארען פון א פרויענצימער?
- טו אין זיינע הייליגע אפילו האט ער קיין צוטרוי ניט, די היממלען זיינען ניט ריין אין זיינע אויגען.
- טז טא ווי שוין דער פאראומרייניגטער, דער פארדארבענער, דער מענש וועלכער טרינקט אונגערעכטיגקייט ווי וואסער?
- יז איך וועל דיך לערנען און דו הער מיך אויס, און דאס וואס איך האב געזעהן וועלל איך דערצייהלען;
- יח וואס די קלוגע פארלייקענען ניט און גיבען איבער פון זייערע עלטערען
- יט וואס צו זיי אליין איז די ערד געגעבען געווארען און קיין פרעמדער איז צווישען זיי ניט געקומען:
- כ דער שלעכטער קייקעלט זיך (פון וועהטאג) אלע זיינע טעג, א געוויססע צאהל פון יאהרען בלויז איז אנגעברייט פאר דעם אונטערדריקער.
- כא א שטיממע פון שרעקען איז אין זיינע אויערען, אין מיטטען פון פריעדען וועט א רויבער קומען צו איהם.
- כב ער איז ניט זיכער אז ער וועט זיך אומקעהרען פון דער פינסטערניס, אויף איהם קוקט אויס דער שווערד.
- כג ער וואנדערט ארום נאך ברויט: אוואו איז עס? ער ווייסס אז אנגעברייט ביי זיין האנד איז דער טאג פון פינסטערניס.
- כד איהם שרעקען נויט און קלעמעניס, זיי גרייפען איהם אָן אזוי ווי (עס גוייפט אָן) א קיגיג געגרייט צום שלאכט-געטומעל.
- כה דען ער האט אויסגעשטרעקט קעגען גאט זיין האנד, קעגען דעם אלמעכטיגען האט ער זיך געשטעלט.
- כו ער איז אקעגען איהם געלאפען מיט א (שטאלצען) האלז, מיט דעם דיקען רוקען פון זיינע שילדען.
- כז ער האט פארדעקט זיין געזיכט מיט שמאלץ און האט אנגעזאמעלט פעטס אויף זיינע לענדען.
- כח ער האט געוואוהנט אין צושטערטע שטעדט, אין הייזער אונבאוואוהנטע וועלכע האבען זיך שוין אנגעברייט אין חורבות (צו פאלען).
- כט ער וועט רייך ניט בלייבען, זיין פארמעגען וועט ניט באשטעהן, זייער אייגענטום וועט זיך ניט פארשפּרייטען אויף דער ערד.
- ל ער וועט ניט ארויס פון פינסטערניס, זיין צווייג וועט א פייער-פלאם פארטריקענען און ער וועט פארשווינדען מיט דעם אטהעם פון (גאט'ס) מויל.
- לא זאל זיך ניט פארלאזען אויף באטרוג דער פארבלאנדזשעטער, דען באטרוג וועט זיין, זיין באלויהנונג.
- לב נאך איידער זיין טאג (קומט) וועט ער פארשניטטען ווערען, און זיין צווייג וועט ניט זיין גרין.
- לג אזוי ווי א וויינשטאק וועט ער ארונטערטרייסלען זיינע ניט-פארטיגע טרויבען, ווי א טייטעלבוים וועט ער ארונטערווארפען זיין בליהוגג.
- לד דען די פארזאמלוגג פון די פאלשע וועט בלייבען וויסט און א פייער פארצעהרט די געצעלטען פון שוחד.
- לה זיי טראגען אומרוה און זיי געבערען אוגרעכט. זייער בויך גרייט אָן באטרוג.