בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כא)


א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
ב אָ הערט מיין ווארט און זאל דאס זיין די טרייסטונג אייערע (וואס איהר זאלט מיר געבען).
ג האט געדולד מיט מיר און איך וועל ריידען, און נאך מיין ריידען וועט איהר מאכען שפּאס.
ד האב איך דען קעגען א מענשען א קלאגע? - ווארום זאל מיין געדולד ניט פּלאצען?
ה קעהרט זיך צו מיר און ווערט ערשטוינט, לעגט ארויף די האנד צום מויל.
ו ווען איך דערמאן זיך ווער איך דערשראקען, א ציטערניס נעהמט אן מיין פלייש.
ז ווארום לעבען די וואס טהוען שלעכטס, זיי עלטערען זיך און ווערען רייך?
ח זייערע קינדער שטעהען נעבען זיי, זייערע שפּראצוננען (זיינען) פאר זייערע אויגען.
ט זייערע הייזער זיינען זיכער פון שרעקען, און די רוטה פון גאט (פאלט) ניט אויף זיי.
א זיין אקס באפרוכפּערט און פארפעהלט ניט, זיין קוה קעלבט זיך און פארווארפט ניט.
יא זיי שיקען זייער יונגווארג ארויס ווי די לעמער, זייערע קינדערלעך שפּרינגען (לוסטיג) ארום.
יב זיי נעהמען פּויק און הארף, און מאכען זיך לוסטיג צו דעם קלאנג פון דער פלייט.
יג זיי פארברענגען זייערע טעג אין וואוהלטאג און אין א רגע (אן לאנגע מאטערניס) געהען זיי אין גרוב אריין.
יד און זיי זאגען צו גאט: קעהר זיך אפּ פון אונז, מיד ווילען ניט די קעגנטעניס פון דיינע וועגען.
טו ווער איז דער אלמעכטיגער, מיר זאלען איהם דיענען? וואס פאר א נוץ וועלען מיר האבען ווען מיר וועלען בעטען צו איהם?
טז אבער ניט אין זייער האנד איז זייער גליק, די געדאנקען פון די פארדארבענע איז ווייט פון מיר.
יז ווי אפט ווערט דאס ליכט פון די שלעכטע אויסגעלאשען און עס קומט אויף זיי זייער בראך, און וועה טאגען טהיילט ער (גאט) זיי אין זיין צארען איין.
יח זיי ווערען אזוי ווי שטרוי פארן ווינד, אזוי ווי שפּריי וואס דער שטורעם האט איהם צוגעכאפּט.
יט גאט באהאלט זיין אונגערעכטיגקייט פאר זיינע קינדער, ער וועט איהם (אויך) באצאהלען און ער וועט עס וויסען.
כ זיינע אויגען וועלען צוזעהן זיין אוגטערגאנג, פון דעם אלמעכטיגענ'ס צארען וועט ער טרינקען.
כא וואס פאר א נוץ האט ער פון זיין הויז (וואס ער לאזט) נאך זיך ווען די צאהל פון זיינע מאנאטען זיינען באשטימט געווארען?
כב קען (עמיצער) לערנען קענטעניס צו גאט, וועלכער אורטהיילט די העכסטע?
כג דער שטארבט אין זיין פולער שטארקייט, רוהיג און זארגלאז;
כד זיינע געפעסען זיינען פול מיט מילך, און זאפטיג איז די מארך פון זיינע ביינער.
כה און דער שטארבט מיט א פארביטערטע זעעל און האט קיין גוטס ניט געגאסען.
כו צוזאמען ליגען זיי אין שטויב און דער ווארעם דעקט זיי צו.
כז איך ווייס דאך אייערע געדאנקען און די פּלענער וואס איהר מאכט אום מיך צו אונטערדריקען.
כח איהר זאגט: וואו איז דאס הויז פון דעם מאגנאט? וואו איז דאס געצעלט אין וועלכען דער פארדאדבענער מעגש האט געוואוהנט?
כט האט איהר דען ניט געפרעגט ביי די דורכפאהרער? זייערע באווייזען קענט איהר ניט פארלייקענען.
ל פאר דעם טאג פון אונגליק ווערט דער שלעכטער געהאלטען, זיי ווערען געפיהרט צר דעם טאג פון צארען.
לא ווער וועט איהם אבער אין געזיכט פארווארפען זיין אויפפיהרונג? און ווער וועט איהם באצאהלען וואס ער האט געטהאן?
לב ער וועט צום קבר געבראכט ווערען, אין זיין ערד-הויפען וועט ער ליגען.
לג זיס זיינען איהם די שטיקער ערד פון טהאל. נאך איהם וועלען אלע מענשען קומען, און פאר איהם (זיינען שוין געקומען) אהן א צאהל.
לד וואס טרייסט איהר מיך דען (מיט) גאר נישט? און אייערע ענטפערען זיינען בלויז באטרוג.

ביאורי פסוקים