ביאור:איוב כח
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כח)
- א עס איז דא א פלאטץ פון וועלכען זילבער קומט, אן ארט וואו גאלד ווערט געלייטערט.
- ב אייזען ווערט פון דער ערד גענומען און קופער ווערט געשמאלצען פון שטיין.
- ג ער (דער מינע גראבער) מאכט אן ענד צו פינסטערניס; ער פארשט אויס אלע עקען, די שטיינער פון פינסטערניס און דעם שאטען פון טויט.
- ד זיי ברעכען א טונעל ווייט פון וואו מע וואוהנט, די וועלכע זיינען פון(וואנדערערס) פיס פארגעסען, די וועלכע זיינען ארעם און זיינען פון מענשען אוועק.
- ה די ערד פון וועלכע עס קומט ארויס ברויט ווערט אונטען איבערקעהרט אזוי ווי מיט פייער.
- ו איהרע שטיינער זיינען דער פלאטץ פון סאפירען, און דער שטויב פון גאלד איז דארט פאראנען.
- ז עס איז א שטעג וואס דער רויב-פויגעל ווייס איהם ניט, וואם דאס אויג פון דעם גייער האט ניט אנגעקוקט,
- ח וואס די ווילדע חיות האבען ניט באטרעטען, וואו דער לייב איז ניט פארבייגענאנגען.
- ט אויף דעם קיזעלשטיין לעגט ער (דער גאלד גרעבער) זיין האנד, ער קעהרט איבער די בערג פון זייערע ווארצלען.
- י ער האקט אויס קאנאלען אין די פעלזען און אלע טהייערע זאכען זעהט זיין אויג.
- יא ער האלט צוריק די שטראמען זיי זאלען ניט פליסען און ברענגט ארויס די פארבארגענע זאכען פארן ליכט.
- יב אבער די קלוגהייט - וואו געפינט זי זיך? וואו איז דער פלאטץ פון דער פערנונפט?
- יג קיין מענש ווייס ניט איהר ווערטה; אויף דער ערד פון די לעבעדיגע געפינט זי זיך ניט.
- יד דער אפגרונד זאגט: אין מיר איז זי ניט פאראנען, און דער ים זאגט: ביי מיר איז זי ניטא.
- טו מע קען פאר איהר קיין גינגאלד ניט אנבאטען, קיין זילבער קען ניט אפגעוואויגען ווערען פאר איהר פרייז.
- טז זי קען ניט געוואויגען ווערען מיט דעם גאלד פון אופיר, מיט דעם טהייערען אניקס-שטיין אדער מיט סאפיר.
- יז מע קען זי ניט אפשאצען מיט נאלד אדער מיט גלאז, (מע קען ניט) אויסבייטען אויף איהר געשיר פון ריינסטען גאלד.
- יח קארעלען און קריסטאל דארף מען ניט דערמאנען, דען מעהר ווי פערל (אפילו) איז דער ווערטה פון קלוגהייט.
- יט דער טאפאז פון עטהיאפיען קען ניט גלייך צו איהר נעשאצט ווערען, מיט דעם געלייטערסטען גאלד קען זי ניט געוואויגען ווערען.
- כ און פון וואנען קומט די קלוגהייט? וואו איז דער פלאטץ פון דער פארנונפט?
- כא זי איז פארהוילען פון די אויגען פון אלע לעבעדיגע, פון דעם פויגעל פון הימעל איז זי פארבארגען.
- כב דער אפגרונד און דער טויט זאגען: מיר האבען (בלויז) מיט אונזערע אויערען. געהערט א קלאנג וועגען איהר.
- כג גאט (אליין) פארשטעהט איהר וועג, ארן ער (אליין נאר) ווייס איהר פלאטץ.
- כד דען ער קוקט ביז די עקען פון דער ערד, ער זעהט אונטער דעם גאנצען הימעל.
- כה ווען ער האט באשטימט א געוויכט פאר דעם ווינד, און איינגעשטעלט דאס וואסער מיט א מאס.
- כו ווען ער האט געמאכט א געזעץ פארן רעגען, און א וועג פארן געוויטער.
- כז דאן האט ער זי געזעהן און האט זי באקאנט געמאכט, דאן האט ער זי פעסטגעשטעלט און האט זי אויסגעפארשט.
- כח און ער האט געזאגט צו דעם מענשען: מורא פאר גאט דאס איז קלוגהייט, און אויסמיידען שלעכטס איז - פארנונפט.