ביאור:איוב יג
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יג)
- א אלץ האט דאך מיין אויג געזעהן; מיין אויער האט געהערט און האט עס זיך געמערקט.
- ב ווי איהר ווייסט ווייס איך אויך, איך פאל ניט ארונטער קענען אייך
- ג אבער איך וועל ריידען צו דעם אלמעכטיגען, א וכוח פיהרען וועל איך מיט גאט.
- ד אבער איהר זייט ליגען-קלעפערס, פאלשע דאקטוירים זייט איהר אלע.
- ה ווען איהר וואלט כאטש געשוויגען וואלט אייך דאס פאר א חכמה גערעכענט געווארען.
- ו הערט מיין טענה, דעם שטרייט פון מיינע ליפען זאלט איהר פארנעהמען.
- ז צי ווילט איהר פון גאט'ס וועגען זאגען דאס וואס איז אונגערעכט? צי ווילט איהר פון זיינעטוועגען ריידען באטרוג?
- ח צי ווילט איהר איהם שאנעווען? ווילט איהר זיך פאר איהם קריגען?
- ט וועט עס גוט זיין, ווען ער וועט אייך אויספארשען? וועט איהר איהם נארען ווי מען נארט א מענשען?
- י ער וועט אייך שטראפען ווען איהר וועט איהם פארבארגענערהייד שאנעווען.
- יא זיין ערהאבענהייט וועט אייך צוגרוילען, זיין שרעק וועט פאלען אויף אייך.
- יב אייערע שפרוכען זיינען בלויז פוסטע פאבעלען, אייערע געשטעללען זיינען געשטעללען פון לעהם.
- יג שווייגט שטיל קעגען מיר און ריידען וועל איך, - זאל פאסירען וואס (עס וויל)!
- יד ווארום זאל איך ליידען (מיט) מיין פלייש פארביססען צווישען מיינע צייהנער? - איך וועל אייגשטעללען מיין לעבען אין מיין האנד.
- טו ווען ער זאל מיך אפילו טייטען וועלל איך דאך אלץ פארטרויען אויף איהם. אבער מיין אויפפיהרוגג וועלל איך איהם אויפווייזען פאר זיין געזיכט.
- טז און ער וועט אויך מיר זיין א הילף. דען פאר זיין געזיכט קען קיין פאלשער ניט קומען.
- יז הערט זיך איין מיין ווארט, זאל מיין ערקלערונג אין אייערע אויערען אריין.
- יח איך האב צוזאמעגגעשטעלט (מיינע) טענות; איך ווייס אז איך וועלל ארויםסקומען גערעכט.
- יט ווער איז דער וואס וועט זיך מיט מיר האמפערען ? - ווען איך זאל איצט שווייגען, וועלל איך אויסגעהן.
- כ נאר צוויי זאכען זאלסטו מיט מיר ניט טהאן, דאן וועלל איך זיך ניט באהאלטען פון דיין געזיכט:
- כא דערווייטער דיין האנד פון מיר און דיין שרעק זאל מיך ניט גרוילען.
- כב און רוף דו און איך וועל ענטפערען, אדער איך וועל ריידען און דו ענטפער מיר.
- כג וויפיעל זיינען מיינע זינד און פארברעכען? לאז מיך וויססען מיינע זינד און מיינע חטאים.
- כד ווארום פארבערגסטו דיין געזיכט, ווארום האלטסטו מיך פאר דיין פיינד?
- כה ווילסטו איינשרעקען אן אבגעטרייסעלטע בלאטט? ווילסטו א טרוקענעם שטרוי פארפאלגען,
- כו וואס דו שרייבסט קעגען מיר ביטערע (אורטהיילען) און לעגסט אויף מיך ארויף די זינד פון מיין יוגעגד ?
- כז און דו טהוסט אריין מיינע פיסס אין א שווערען קלאץ, און דו פאססט אויף אללע מיינע וועגען און דו גראבסט זיך ארום מיינע פוס-זוילען?
- כח און ער (מיין קערפער) צוקריכט ווי א פארפוילטע זאך, ווי א קלייד וואס איהם האט מאיל צופרעסען.