בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יח)


א און געענטפערט האט בלדד דער שוחי און האט געזאגט:
ב ווען וועט איהר מאכען אן ענד צו די ווערטער? פארשטעהט צוערשט און דערנאך וועלען מיר ריידען.
ג פאר וואס ווערען מיר גערעכענט ווי די בהמות, ווארום זיינען מיר אונריין אין אייערע אויגען ?
ד דו וועלכער פארצוקסט דיין אייגען לעבען אין דיין צארען - זאל צוליעב דיר די ערד פערוויסט ווערען? זאל דער פעלז פאררוקט ווערען פון זיין פּלאטץ ?
ה יא, דאס ליכט פון די שלעכטע וועט פארלאשען ווערען, און עס וועט ניט לייכטען דער פונק פון זייער פייער.
ו די ליכטיגקייט וועט דונקעל ווערען אין זיין געצעלט, זיין ליכט'ל וועט איהם אויסגעלאשען ווערען.
ז זיינע שטארקע טריט וועלען פאראיינגט ווערען און זיין ראטה וועט איהם פארלאזען.
ח דען ער ווערט אריינגעווארפען אין דער נעץ דורך זיינע אייגענע פיס, און ער געהט אויף א פּאסטקע.
ט די נעץ וועט פארצעפּען זיין פוס-זויל, און דאס געפלעכט וועט איהם פעסט צוהאלטען.
י זיין פּעטליע איז אין דער ערד בעהאלטען און זיין פאל-שטריק ליגט אויפ'ן שטעג.
יא ארום גרוילען איהם שרעקעניסען אן און טרייבען איהם אויף זיינע פיס.
יב הונגעריג וועט זיין זיין ערשט-געבארעגער, און דער בראך שטעהט איהם אנגעגרייט ביי זיין זייט.
יג עס וועט פארצעהרען די טהיילען פון זיין הויט, עם וועט פארצעהרען זיינע גליעדער דער ערשט-געבארעגער פון טויט.
יד זיין זיכערהייט וועט אוועקגעריסען ווערען פון זיין געצעלט, און עס וועט איהם אוועקטרייבען צו דעם קיגניג פון שרעקעניסען.
טו (דאס אונגליק) ורעם וואוהנען אין זיין געצעלט, דען עס איז ניט זיינס, און שוועבעל וועט פארשפּרייט ווערען אויף זיין וואוהנונג.
טז אונטען וועלען זיינע ווארצלען פארטריקענט ווערען, און אויבען וועט פארשניטען ווערען זיין צווייג.
יז זיין זכר ווערט פארלארען פון דער ערד ער האט קיין נאמען ניט אויף דער וועלט.
יח מען וועט איהם ארויסשטויסען פון ליכט אין פינסטערניס, פון דער וועלט וועט מען איהם פארוואגלען
יט ער האט קיין זון און קיין אייניקעל ניט צווישען זיין פאלק, קיינער בלייבט ניט איבער אין זיינע וואוהנונגען.
כ אויף זיין (שלעכטען) טאג וועלען די שפּעטער-קומענדע ערשטוינט ווערען, די פריהער געקומענע האט א שוידער אנגעגומען.
כא יא, אזעלכע זיינען די וואוהנונגען פון דעם נידעדטרעכטיגען, דאס איז דער פלאטץ פון דעם וואס האט גאט ניט געקענט.

ביאורי פסוקים