ביאור:איוב יט
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יט)
- א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
- ב ווי לאנג נאך וועט איהר באטריבען מיין זעעל און מיך מיט ווערטער צודריקען?
- ג שוין צעהן מאל האט איהר מיך באליידיגט, איהר שעמט זיך גאר ניט, איהר ווייזט זיך ווי פרעמדע ארויס קעגען מיר.
- ד אויב איך האב שוין יא פארזעהן, דאן וועט מיין פארזעהן בלייבען ביי מיר.
- ה אויב איהר ווילט ווירקליך זיך גרויסען איבער מיר און ווילט מיר פארווארפען מיין שאנד.
- ו דאן זאלט איהר וויסען אז גאט האט מיר געקריוודעט, און ער האט זיין נעץ ארומנעשטעלט ארום מיך.
- ז איך שריי אויס קעגען די געוואלד-טהאט און איך ווער ניט געענטפערט, איך רוף (נאך-הילף) און ס'איז קיין גערעכטיגקייט ניט פאראנען.
- ח ער האט פארצאהמט מיין וועג און איך קען ניט דורכגעהן, און פינסטערניס האט ער ארויפגעלעגט אויף מיינע שטעגען.
- ט ער האט מיין עהרע ארונטערגעצויגען פון מיר, ער האט אראפּגענומען די קרוין פון מיין קאפּ.
- י ער האט מיך רונד ארום צובראכען און איך געה אויס, ער האט ווי א בוים אויסגעווארצעלט מיין האפענונג.
- יא זיין צארען האט זיך צוברענט אויף מיר און ער האלט מיך אזוי ווי (איינעם פון) זיינע פיינד.
- יב זיינע פּאלקען קומען צוזאמען און טרעטען אויס זייער וועג קעגען מיר און לאגערען אתם מיין געצעלט.
- יג מיינע ברידער האט ער פון מיר דערווייטערט, מיינע באקאנטע זיינען צו מיר פרעמד געווארען.
- יד מיינע פארוואנדטע האבען אויפגעהערט (צו קומען), מיינע גוטע פריינד האבען מיך פארגעסען.
- טו די איינוואוהנער פון מיין הויז, מיינע דיענסטען אפילו האלטען מיך פאר א פרעמדען, א ווילד-פרעמדער בין איך געווארען ביי זיי אין די אויגען.
- טז איך רוף מיין קנעכט און ער ענטפערט ניט, איך בעט זיך ביי איהם מיט מיין מויל.
- יז מיין אטהעם איז אפּשטויסענד געווארען צו מיין פרוי, און איך בעט זיך ביי די קינדער פון מיין (אייגעגעם) לייב.
- יח אינגלעך אפילו פאראכטען מיך, איך שטעל זיך אויף און זיי ריידען מיר אקעגען.
- יט אלע מיינע פארטרויטע פריינד עקלען זיך מיט מיר, די וועלכע איך האב ליעב געהאט, האבען זיך געקעהרט קעגען מיר.
- כ צו מיין הויט און צו מיין פלייש האט זיך צוגעקלעפּט מיין געביין, איך בין ארויס (קוים) מיט די יאסלעס פון מיינע צייהנער.
- כא האט מיטלייד אויף מיך! האט מיטלייד אויף מיך איהר, מיינע פריינד, דען די האנד פון גאט האט מיך אנגעגריפען.
- כב ווארום פערפאלגט איהר מיך אזוי ווי גאט, און קענט זיך ניט זעטיגען מיט מיין פלייש?
- כג א, זוען מיינע ווערטער זאלען פארשריבען ווערען! א ווען זיי וואלטען אין א בוך פערצייכענט ווערען,
- כד מיט א גריפעל פון אייזען און בליי אויף אייביג אין פעלז אויסגעקריצט ווערען.
- כה און איך ווייס אז מיין אויסלייזער לעבט, און וועט דער לעצטער בלייבען אויף דער ערד.
- כו ווען זיי וועלען האבען צושטערט מיין הויט (וועט) דאס (זיין), און (באפרייט) פון מיין פלייש, וועל איך דערזעהן גאט.
- כז איך אליין וועל זעהן, און מיינע אויגען וועלען אנקוקען און ניט א פרעמדער. מיינע ניערען אין מייין לייב געהען אויס (צו זעהן יענעם טאג).
- כח איהר זאגט: ווי זאלען מיר איהם פארפאלגען ? (דענקענדיג) אז דער ווארצעל פון דער זאך איז אין מיר.
- כט שרעקט זיך פארן שוועד, דען צארען איז א זינד וואס ברעגגט דעם שוועד. איהר זאלט וויסען אז עס איז דא א געריכט.