טייטש יהואש איוב פרק ד
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ד)
- א און געענטפערט האט אליפז דער תימני און האט געזאגט:
- ב צו ווייל דיר האט פרובירט עפּעס פּאסירען ווערסטו אפּהענדיג? ווער קען זיך דען צוריקהאלטען פון ווערטער (קעגען דיר)?
- ג דו פלעגסט דאך פיעלען מוסר זאגען, און שלאפע הענד פלעגסטו שטארקען,
- ד דעם שטרויכלענדען פלעגען אויפשטעלען דיינע רייד און וואנקענדע קניה פלעגסטו קרעפטיגען,
- ה און איצט, ווען עס קומט צו דיר ווערסטו אפּהענדיג? עס גרייפט אָן דיך און דו ווערסט דערשראקען?
- ו איז דען ניט דיין גאטספארכטיגקייט דיין צוטרוי, און דיין פרומקייט דיין האפענוננ?
- ז דערמאן זיך נאר: ווער איז דער אומשולדיגער וואס איז פארלארען געגאנגען? און וואו זיינען די עהרליכע פארטיליגט געזוארען?
- ח איך האבּ אבּער געזעהן, אז יענע וועלכע אקערען אומרעכט און זעען שלעכטס, מוזען עס שניידען.
- ט פון גאט'ס הויך ווערען זיי פארניכטעט, און פון דעם אטהעם פון זיינע נאזלעכער ווערען זיי פארלענדט.
- י דאס בּרילען פון דעם אלטען לייבּ און די שטים פון דעם יונגען לייבּ און די צייהנער פון די לייבּעלעך ווערען אוועקגענומען.
- יא דער לייב געהט אוים אהן שפייז און די קינדער פון דער לעווין ווערען צושפרייט.
- יב און צו מיר האט זיך א ווארט פער'גנב'עט, און מיין אויער האט עפעס פון איהם פארנומען.
- יג אין די געדאנקען פון באנאכטיגע זעהונגען, ווען עס פאלט א שלומער אויף מענשען,
- יד א שרעק האט מיך באנומען און א ציטערניס, און ס'האט אלע מיינע ביינער צושוידערט.
- טו און א גייסט איז פארבייגעגאנגען פארביי מיר, די האאר פון מיין לייב האבען זיך אויפגעשטעלט.
- טז ער איז געשטאנען אבער איך האב זיין געזיכט ניט דערקענט, בלויז א געשטאלט איז געוועזען פאר מיינע אויגען. (צוערשט) א שטילקייט, און דאן האב איך א שטים געהערט:
- יז קען א שטערבליכער זיין גערעכטער פון גאט? קען דער מענטש זיין ריינער פון זיין באשעפער?
- יח ער טרויט ניט זיינע לייב-קנעכט, און אין זיינע מלאכים געפינט ער פעהלערען.
- יט טא ווי שוין אין די וואס וואוהנען אין הייזער פון לעהם, וואס זייער פונדאמענט ליגט אין שטויב, און וואס ווערען צוריבען פון מאיל.
- כ צווישען מארגען און אבענד ווערען זיי צודריקט, גאר ניט באמערקענדיג געהען זיי אונטער אויף אייביג.
- כא זייער פארצוג איז פון זיי אוועקגענומען געווארען, זיי שטארבען און אהן פערשטאנד.