בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ג)


א נאך דעם האט איוב אויפנעעפענט זיין מויל און האט געשאלטען זיין טאג.
ב און ער האט אויסגערופען און האט געזאגט:
ג אונטערגעהן זאל דער טאג אין וועלכען איך בין געבארען געווארען, און די נאכט וועלכע האט אנגעזאגט: א מעגליך קינד איז (אין מוטערלייבּ) געשאפען געווארען.
ד פינסטערניש זאל זיין יענער טאג, גאט פון אויבּען זאל זיך אויף איהם ניט נאכפרעגען, קיין שימער זאל אויף איהם ניט שיינען.
ה פארפלעקען זאלען איהם פינסטערניש, און דער שאטען פון טויט, א וואלקען זאל רוהען אויף איהם, די היץ-כמארעס פון טאג זאלען איהם פילען מיט שרעק.
ו יענע נאכט = א חשכ'ניש זאל זי צונעהמען, זי זאל זיך ניט פרייהען מיט די (איבריגע) טעג פון יאהר, אין דער צאהל פון מאנאטען זאל זי ניט אריינקומען.
ז דען די דאזיגע נאכט זאל זיין אן איינזאמע, קיין פרייהליך געזאנג זאל אין איהר ניט אריינקומען.
ח שילטען זאלען זי די וואס פלוכען דעם טאג, די וועלכע זיינען גרייט זייער קלאג-ליעד אויפצוהויבען.
ט דונקעל ווערען זאלען איהרע אווענד-שטערען, זי זאל האפען אויף דאס ליכט און עס זאל ניט קומען, און זי זאל ניט אנזעהן די אויגען-בּרעמען פון דעם מארגען.
י ווייל זי האט ניט פארשלאסען די טהירען פון מיין מוטער-לייבּ, און ניט פארבּארגען ליידען פון מיינע אויגען.
יא ווארום בין איך ניט גלייך פון געבּערמוטער געשטארבּען, ווארום ניט ארויס פון בויך און גלייך פארגאנגען ?
יב ווארום האבּען מיך קניה אויפגענומען, ווארום בּריסט פון וועלכע איך זאל זויגען?
יג איך וואלט שוין געלעגען און שטיל געוועזען, איך וואלט שוין געשלאפען און געהאט רוח.
יד מיט קיניגען און מיט ראטהגעבער פון דער ערד, ויעלכע פארבּויען פאר זיך וויסטעניסען;
טו אדער מיט פירשטען וועלכע האבּען גאלד און פילען זייערע הייזער מיט זילבּער אָן.
טז אדער ווארום בין איך ניט ווי א פארבּארגענער מפיל געוועזען? ווי קינדער וועלכע האבּען דעם שיין ניט געזעהן?
יז דארט הערען אויף די פארדארבּענע זיך צו רודערן, און דארטען רוהען די פארמאטערטע.
יח דארט זיינען די געפאנגענע פריי פון זארג, זיי הערען ניט די שטים פון באדריקער.
יט גרויס און קליין זיינען דארט פאראנען, און דער קנעכט איז פריי פון זיין אויבּערהאר.
כ ווארום גיט ער ליכט צו דעם ליידענדען, און לעבּען - צו די פארבּיטערטע?
כא צו די וועלכע ווארטען אויפ'ן טויט און ער קומט ניט, און צו די וועלכע זוכען איהם מעהר ווי פארבּארגענע שאצען?
כב צו די וועלכע טאנצען פון פרייד, און זיינען לוסטיג ווען זיי געפינען א גרובּ?
כג צו דעם מאן וואס זיין וועג איז פארבּארגען און גאט האט פאר איהם פארצאהמט?
כד דען איידער מיין בּרויט קומט מיין קרעכץ, און גלייך ווי וואסער גיסען זיך מיינע קלאגען.
כה דען דער שרעק פאר וועלכען איך האבּ זיך געשראקען איז אויף מיר געקומען, דאס פאר וואס איך האב מורא געהאט איז אויסגעגאנגען צו מיר.
כו איך האב ניט געהאט קיין פרידען און קיין רוהיגקייט און קיין אפּרוה, פארדרוס בּלויז איז געקומען.

ביאורי פסוקים