טייטש יהואש בראשית פרק ו

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית ו)


א און עס איז געװען, אַז די מענטשן האָבן זיך אָנגעהױבן מערן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן טעכטער,
ב האָבן די זין פֿון גאָט געזען די טעכטער פֿון מענטשן אַז זײ זײַנען שײן, און זײ האָבן זיך גענומען װײַבער װעמען-נאָר זײ האָבן אױסדערװײלט.
ג האָט גאָט געזאָגט: מײַן גײַסט זאָל ניט בלײַבן אין דעם מענטשן אױף אײביק, װאָרום ער איז פֿאָרט פֿלײש; נאָר זײַנע טעג זאָלן זײַן הונדערט און צװאַנציק יאָר.
ד די נפֿילים זײַנען געװען אױף דער ערד אין יענע טעג – און אױך דערנאָך – װען די זין פֿון גאָט פֿלעגן קומען צו די טעכטער פֿון מענטשן, און זײ פֿלעגן געבערן פֿון זײ; דאָס זײַנען די גיבורים װאָס פֿון פֿאַרצײַטן, מענער מיט אַ נאָמען.
ה און גאָט האָט געזען אַז דאָס בײז פֿון דעם מענטשן איז גרױס אױף דער ערד, און די גאַנצע טראַכטונג פֿון די מחשבות פֿון זײַן האַרצן איז רק צום בײזן אַ גאַנצן טאָג.
ו און גאָט האָט חרטה געהאַט װאָס ער האָט געמאַכט דעם מענטשן אױף דער ערד, און ער איז געװען באַקומערט אין זײַן האַרצן.
ז און גאָט האָט געזאָגט: איך װעל אָפּמעקן דעם מענטשן װאָס איך האָב באַשאַפֿן, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד; פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פֿױגל פֿון הימל; װאָרום איך האָב חרטה װאָס איך האָב זײ געמאַכט.
ח אָבער נֹח האָט געפֿונען לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון גאָט.
פרשת נח
ט דאָס איז די געשיכטע פֿון נֹחן. נֹח איז געװען אַ גערעכטער, ערלעכער מאַן אין זײַן דור; מיט גאָט איז געגאַנגען נֹח.
י און נֹח האָט געבאָרן דרײַ זין: שֵם, חָם, און יֶפֶת.
יא און די ערד איז פֿאַרדאָרבן געװאָרן פֿאַר גאָט, און די ערד איז פֿול געװאָרן מיט אומרעכט.
יב און גאָט האָט געזען די ערד, ערשט זי איז פֿאַרדאָרבן, װײַל יעטװעדער לײַב האָט פֿאַרדאָרבן זײַן װעג אױף דער ערד.
יג און גאָט האָט געזאָגט צו נֹחן: דער סוף פֿון אַלע לײַבער איז געקומען פֿאַר מיר, װאָרום די ערד איז פול מיט אומרעכט דורך זײ; און זע, איך ברענג זײ אום מיט דער ערד.
יד מאַך דיר אַ תּבֿה פֿון פּימסנהאָלץ; אין קאַמערן זאָלסטו מאַכן די תּבֿה, און זאָלסט זי אױספּעכן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק מיט פּעך.
טו און אָט װי דו זאָלסט זי מאַכן: דרײַ הונדערט אײלן די לענג פֿון דער תּבֿה, פֿופֿציק אײלן איר ברײט, און דרײַסיק אײלן איר הײך.
טז אַ גיבלדאַך זאָלסטו מאַכן צו דער תּבֿה, און אױף אַן אײל [די ברײט] זאָלסטו זי פֿאַרענדיקן פֿון אױבן; און דעם אײַנגאַנג פֿון דער תּבֿה זאָלסטו מאַכן אין איר זײַט; מיט אַן אונטערשטן, צװײטן, און דריטן שטאָק זאָלסטו זי מאַכן.
יז און איך, זע, איך ברענג אַ מבול װאַסער אױף דער ערד, אומצוברענגען יעטװעדער לײַב װאָס אין אים איז דאָ אַן אָטעם פֿון לעבן, פֿון אונטערן הימל; אַלץ װאָס אױף דער ערד װעט אומקומען.
יח אָבער איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בונד מיט דיר, און װעסט אַרײַנגײן אין דער תּבֿה, דו און דײַנע זין, און דײַן װײַב, און דײַנע זינס װײַבער, מיט דיר.
יט און פֿון אַלץ װאָס לעבט, פֿון אַלע לײַבער, זאָלסטו אַרײַנברענגען צו צװײ פֿון איטלעכן אין דער תּבֿה, אױף צו דערהאַלטן בײַם לעבן מיט דיר; אַ זָכר און אַ נקבֿה זאָלן זײ זײַן.
כ פֿון די פֿױגלען לױט זײערע מינים, און פֿון די בהמות לױט זײערע מינים, פֿון אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים, צו צװײ פֿון איטלעכן זאָלן אַרײַנגײן צו דיר, אױף צו דערהאַלטן בײַם לעבן.
כא און דו נעם דיר פֿון יעטװעדער עסנװאַרג װאָס װערט געגעסן, און זאַמל אײַן צו דיר, כּדי עס זאָל זײַן פֿאַר דיר און פֿאַר זײ צום עסן.
כב און נֹח האָט אַזױ געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.

ביאורי פסוקים