פּרשת בראשית
א. [1] אין אָנהייב אַז (= ווען) ג-אָט האָט באַשאַפן די הימלען און די ערד.
ב. איז די ערד געווען וויסט און לער, און עס איז געווען א פינצטער אויף דעם אָפּגרונד, און דער כסא הכּבוד איז געשטאַנען אין דער לופטן, און האָט געשוובט אויף דעם וואַסער.
ג. האָט ג-אָט געזאָגט: עס זאָל זיין לעכטיק, איז געוואָרן לעכטיק.
ד. ג-אָט האָט געזען די ליכט איז גוט, האָט ג-אָט געמאַכט אַ צווישנשייד, צווישן דער לעכט און צווישן פינצטערניש.
ה. ג-אָט האָט גערופן צו דער לעכט טאָג, און צו דעם פינצטערניש האָט ער גערופן נאַכט. און עס איז געוואָרן אָוונט, און עס איז געוואָרן מאָרגן, איין טאָג. (פ)
ו. ג-אָט האָט געזאָגט עס זאָל זיין אַ פאַרשפּרייטונג (מיינט מען: עס זאָל זיך שטאַרקן דעם הימל) אין מיטן דעם וואַסער. און דער הימל זאָל זיין א צווישנשייד צווישן דאָס אויבערשטע וואַסער און צווישן דאס אונטערשטע וואַסער.
ז. ג-אָט האָט געמאַכט די פאַרשפּרייטונג, און האָט געמאַכט אַ צווישנשייד צווישן דעם וואַסער וואָס זענען אונטער דער פאַרשפּרייטונג און צווישן דעם וואַסער איבער דער פאַרשפּרייטונג, און עס איז אַזוי געוואָרן.
ח. האָט ג-אָט גערופן די פאַרשפּרייטונג הימל, און עס איז געוואָרן אָוונט, און עס איז געוואָרן מאָרגן, דער אַנדערער טאָג. (פ)
ט. האָט ג-אָט געזאָגט: זיי זאָלן זיך אַיינזאַמלען דאס וואַסער וואָס זענען אונטער דעם הימל צו איין אָרט, און עס זאָל געזען ווערן דאָס טרוקעניש, און עס איז אַזוי געוואָרן.
י. און ג-אָט האָט גערופן צו דער יבשה ערד, און צו דער איינזאַמלונג פון דעם וואַסער האָט ער גערופן טייכן. האָט ג-אָט געזען עס איז גוט.
יא. האָט ג-אָט געזאָגט: די ערד זאל דערפילן און באַדעקט ווערן מיט אַן אָנקליידונג פון גראָז פון אַלערליי קרייטעכצער וואָס עס זאָל וואַקסן דערינען זאמען (מען זאָל קענען פון די זאמען זייען אויף אַן אַנדער אָרט). אויך זאָל וואַקסן ביימער אויף די ביימער זאָל וואַקסן פירות צו זיין מין (כלומר: אויף איטלעכן בוים זאָל וואַקסן זיין מין פרי), וואָס זיין זאמען איז אין אים צו זייען אויף דער ערד (דאָס מיינט מען: די קערענדלעך פון איטלעכן פרי וואָס פון זיי שפּראצן דעם בוים, אַז מען פלאַנצט אים). און עס איז אַזוי געווען.
יב. און די ערד האָט אויסגעצויגן (=אויפגעצויגן, עס האָט פון איר געוואָקסן) גראָז, און איטלעכער מין קרייטעכץ, וואָס מען קאָן דערפון זייען אלערליי זאמען, צו זיין מין. און אַזעלכע ביימער וואָס האָט אויף זיי געוואָקסן פירות, וואָס זיין זאמען איז אין אים, צו זיין מין. האָט ג-אָט געזען עס איז גוט.
יג. עס איז געוואָרן אָוונט, און עס איז געוואָרן מאָרגן, דער דריטער טאָג. (פ)
יד. און ג-אָט האָט געזאָגט: עס זאָל זיין ליכט (דאָס מיינט מען: די זון מיט דער לבנה) אין דער פאַרשפּרייטונג פון הימל, צו מאַכן אָפשיידן צווישן טאָג און צווישן נאַכט. זיי זאלן זיין צו צייכן און צו ימים טובים, און צו טעג (דורך דער זון מיט דער לבנה קען מען ציילן די טעג, וואָרום די זון איז אַ האַלבער מעת לעת, און די לבנה איז אַ האַלבער מעת לעת, הייסט דאָס אַ גאַנצער טאָג), און צו יאָרן (דריי הונדערט מיט פינף און זעכציק טאָג הייסט אַ יאָר).
טו. און זיי זאָלן זיין צו לייכטן אין דער פאַרשפּרייטונג פון דער הימל, צו לייכטן אויף דער ערד, איז אַזוי געוואָרן.
טז. האָט ג-אָט באַשאַפן די צוויי גרויסע ליכט, די גרויסע ליכט (דאָס איז די זון) צו געוועלטיקן ביי טאָג, און די קליינע ליכט (דאָס איז די לבנה) צו געוועלטיקן ביי נאַכט, און די שטערן (זאָלן אויך זיין ביינאַכט).
יז. און ג-אָט האָט זיי געזעצט אין דער פאַרשפּרייטונג פון דעם הימל צו לייכטן אויף דער ערד.
יח. און צו געוועלטיקן בייטאָג און ביינאַכט, און צווישנשיידן צווישן דער ליכט און צווישן דעם פינצטערניש, און ג-אָט האָט געזען עס איז גוט.
יט. עס איז געוואָרן אָוונט, און עס איז געוואָרן מאָרגן, דער פערטער טאָג. (פ)
כ. און ג-אָט האָט געזאָגט: זיי זאָלן ווידמענען דאָס וואַסער אַ ווידמענונג, אַזוי א לייב וואָס זאָל זיין דערינען אַ חיות. און אַזעלכע פייגל וואָס זאָלן פליען איבער דער ערד אונטער דער פאַרשפּרייטונג פון דעם הימל.
כא. און ג-אָט האָט באַשאַפן די גרויסע פיש וואָס איז אין ים, און אַלע לעבעדיקע באַשעפענישן וואָס ווידמענען, וואָס דאָס וואַסער האָט געטאָן ווידמענען צו זייער מין, און אַלע פייגל וואָס האָבן פליגלען צו זיין מין. האָט ג-אָט געזען עס איז גוט.
כב. און ג-אָט האָט זיי געבענטשט צו זאָגן: פרוכפּערט אייך און מערט אייך, און דערפילט דאָס וואַסער אין די ימים, און די פייגל זאָלן זיך מערן אויף דער ערד.
כג. עס איז געוואָרן אָוונט, און עס איז געוואָרן מאָרגן, דער פינפטער טאָג. (פ)
כד. און ג-אָט האָט געזאָגט: די ערד זאָל אויסציען (=אויפציען) אַ לעבעדיק באַשעפעניש, פיך און ווידמענונג און חיות וואָס זאָלן זיין אויף דער ערד צו איר מין, און עס איז אַזוי געוואָרן.
כה. האָט ג-אָט באַשאַפן די חיות וואָס גייען אויף דער ערד צו איר מין, און די בהמה צו איר מין, און אַלע ווידמענונגען פון דער ערד צו זיין מין, און ג-אָט האָט געזען עס איז גוט.
כו. און ג-אָט האָט געזאָגט: לאָמיר באַשאַפן אַ מענטש אין אונזער פאָרם, אַזוי ווי אונזער גלייכעניש, און זיי זאָלן געוועלטיקן אין די פיש פון דעם ים, און אין די פייגל וואָס זענען אונטער דעם הימל, און אין די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע ווידמענונגען וואָס ווידמענען אויף דער ערד.
כז. און ג-אָט האָט באַשאַפן דעם מענטש אין זיין פאָרם, אין צלם פון ג-אָט האָט ער אים באַשאַפן, אַ זכר מיט אַ נקבה האָט ער זיי באַשאַפן.
כח. ג-אָט האָט זיי געבענטשט, און ג-אָט האָט צו זיי געזאָגט: פרוכפּערט אייך (=פרוכפּערט זיך) און דערפילט דער ערד. און באַצווינגט זי, און געוועלטיקט אין די פיש פון ים, און אין די פייגל וואָס זענען אונטער דעם הימל, און אַלע חיות וואָס קריכן אויף דער ערד.
כט. און ג-אָט האָט געזאָגט: איך האָב אייך געגעבן אַלע קרייטעכצער וואָס זייערע זאמען ווערן געזייט, וואָס איז אויף דער ערד, און איטלעכע ערליי ביימער וואָס אויף זיי וואַקסן פירות פון אַ בוים, וואָס דערינען איז פאַראַנען זאמען וואָס ווערן געזייט אויף אַן אַנדער אָרט, זאָל דאָס זיין צו אייך צו עסן.
ל. און צו אַלע חיות פון דער ערד, און צו אַלע עופות וואָס זענען אונטער דעם הימל, און צו אַלע ווידמענונגען וואָס אויף דער ערד וואָס האָט אין זיך אַ חיות, האָב איך געגעבן אַלע גרינע קרייטעכצער צו עסן, און עס איז אַזוי געוואָרן.
לא. און ג-אָט האָט געזען אַלץ וואָס ער האָט באַשאַפן עס איז זייער גוט. עס איז געוואָרן אָוונט, און עס איז געוואָרן מאָרגן, דער זעקסטער טאָג. (פ)
|