חומש בית יהודה בראשית ח

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת נח

א. [1] און ג-אָט האָט געדענקט דעם זכות פון נח און זכות פון אַלע חיות און אַלע בהמות וואָס זענען מיט אים אין דער תּיבה, און עס איז דורכגעגאַנגען אַ ווילן פון טרייסטונג (אום ווילן די ערד), און דאָס וואַסער איז געשטילט געוואָרן.
ב. און זיי זענען פאַרשטאָפּט געוואָרן די קוואַלן פון דעם אָפּגרונד, און דאָס פענצטער פון דעם הימל, און עס איז פארמיטן געוואָרן דעם רעגן פון דעם הימל.
ג. און דאָס וואַסער האָט זיך צוריקגעקערט פון דער ערד, און זענען געוואָרן ווייניקער פון סוף הונדערט און פופציק טאָג (אַז עס האָט זיך אויסגעלאָזט הונדערט מיט פופציק טאָג, האָבן אָנגעהויבן דאָס וואַסער ווייניקער צו ווערן).
ד. און די תּיבה האָט גערוט אין זיבעטן חודש, אין דעם זיבעצנטן טאָג פון חודש אויף די בערג אררט.
ה. און דאָס וואַסער איז אָפּגעפאלן (=אַראָפּגעפאלן) און געמינערט געוואָרן ביז דעם צענטן חודש. אין דעם צענטן חודש אין איין טאָג אין דעם חודש, זענען געזען געוואָרן די שפּיצן פון די אַלע בערג.
ו. און עס איז געווען אַז עס האָט זיך אויסגעלאָזט פערציק טאָג (פון דעם טאָג וואָס זענען געזען געוואָרן דעם שפּיץ פון די בערג). האָט נח געעפנט דאָס פענצטער פון דער תּיבה וואָס ער האָט געמאַכט.
ז. און ער האָט געשיקט דעם ראָב (= קראָ) (צו זען אויב דאָס וואַסער געמינערט געוואָרן) און ער איז ארויסגעגאַנגען און צוריק געקומען (דער ראָב איז געפלויגן אַרום דער תּיבה און האָט נישט געוואָלט גיין אין שליחות פון נח, אין מדרש שטייט: דער ראָב האָט געזאָגט צו נח: הקב"ה האָט מיך פיינט, דען פון אַלע בהמות טהורות און פון עופות טהורות ער האָט דיך געהייסן אין דער תּיבה אַרייננעמען זיבן פּאָר. און דו האָסט מיך אויך פיינט, דען דו שיקסט נישט פון די מינים וואָס דו האָסט זיבן פּאָר, און ווען עס וועט אפילו איינער פון זיי אומקומען, וועט נאָך פון דעם מין בלייבן, און שיקסט מיך וואָס דו האָסט פון מיין מין מער נישט נאָר איין פּאָר, און אַז איך וועל אומקומען וועט דאָך אויף דער וועלט חסר זיין אַ באַשאַפעניש). ביז דאָס וואַסער זענען אויסגעטריקנט געוואָרן.
ח. האָט ער אַוועקגעשיקט די טויב פון אים צו זען אויב דאָס וואַסער זענען גרינגער געוואָרן, פון דער ערד.
ט. און די טויב האָט נישט געפונען אַ רואונג צו אירע פיס, און זי האָט זיך אומגעקערט צו אים צו דער תּיבה, וואָרום דאָס וואַסער איז נאָך אויף דער גאַנצער ערד, און ער האָט אויסגעשטרעקט זיין האַנט און האָט זי גענומען, און ער האָט זי געבראַכט צו זיך אין דער תּיבה.
י. און ער האָט נאָך געוואַרט אַנדערע זיבן טעג און ער האָט געמערט אוועקצושיקן די טויב פון דער תּיבה.
יא. און די טויב איז צו אים געקומען פאַר נאַכט, און אָט אַ בלאַט פון איילבירטבוים געכאַפּט אין איר מויל (זי האָט געטראָגן אַ בלאַט פון איילבירטבוים אין מויל) האָט נח געוואוסט אַז דאָס וואַסער איז גרינגער געוואָרן פון דער ערד.
יב. און ער האָט נאָך געוואַרט אַנדערע זיבן טעג, און האָט ווידער אַוועקגעשיקט די טויב, זי האָט זיך שוין מער נישט אומגעקערט צו אים.
יג. און עס איז געווען אין דעם זעקס הונדערטסטן מיט איין יאָר פון דעם לעבן פון נח, אין דעם ערשטן חודש אין איין טאָג אין חודש, איז אויסגעטריקענט געוואָרן דאָס וואַסער פון דער ערד, און נח האָט אָפּגעטאָן די דעק פון דער תּיבה און ער האָט געזען און אָט דאָס וואַסער איז אויסגעטריקענט געוואָרן פון דער ערד (און די ערד איז געוואָרן אַזוי ווי ליים, און איז נאָר פון אויבן פאַרטריקענט געוואָרן).
יד. און אין דעם אַנדערן חודש אין זיבן און צוואַנציקסטן טאָג אין חודש, איז דער ערד געוואָרן גאַנץ טרוקן (אַזוי ווי עס געהערט צו זיין).
טו. און ג-אָט האָט גערעדט צו נח אַזוי צו זאָגן:
טז. גיי אַרויס פון דער תּיבה דו מיט דיין ווייב און דיינע זין, און די ווייבער פון דיינע זין מיט דיר.
יז. אַלע לעבעדיקע זאַכן וואָס זענען מיט דיר זאָלסטו אַרויסציען (= ארויסנעמען) מיט דיר, און זיי זאָלן זיך ווידמענען מיט דיר, און זיי זאָלן זיך פרוכפּערן און זאָלן זיך מערן אויף דער ערד.
יח. און ער איז אַרויסגעגאַנגען נח מיט זיינע זין, און זיין ווייב און זיינע קינדערס ווייבער מיט אים.
יט. אַלע חיות אַלע ווידמענונגען און אַלע עופות, אַלע וואָס מאַכט ווידמענען אויף דער ערד, צו זייערע מינים זענען ארויסגעגאַנגען פון דער תיבה.
כ. און נח האָט געבויט אַ מזבח צו ג-אָט, און ער האָט גענומען פון איטלעכער בהמה טהורה און פון איטלעכן עוף טהור, און ער האָט מקריב געווען אויף דעם מזבח.
כא. און ג-אָט האָט געשמעקט דעם געשמאַקן ריח פון די קרבנות (זיינע קרבנות זענען אָנגענומען געוואָרן פאַר ג-אָט), און ג-אָט האָט געטראַכט אין זיך זעלבערט (= זעלבסט): איך וועל נישט מערן נאָך שעלטן די ערד וועגן דעם מענטש, דען די געדאַנקען (פון דעם הארץ) פון דעם מענטש זענען נאָך שלעכט פון זיין יונגט אָן, און איך וועל נישט מערן נאָך צעשלאָגן אַלע לעבעדיקע באַשאַפענישן אַזוי ווי איך האָב געטאָן.
כב. כל זמן די וועלט וועט שטיין (זאָלן די זעקס צייטן וואָס ווייטער שטיין קיין אויפהערונג נישט האָבן), די צייט פון זייען, און די צייט פון שניט, און די צייט פון קעלט, און היץ, און זומער, און ווינטער, און טאָג און נאַכט, זאָלן נישט געשטערט ווערן (פון צו פירן זיך אַזוי ווי זייער סדר איז).

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.