חומש בית יהודה בראשית ה

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת בראשית

א. [1] דאָס איז די דערציילונג פון די געבורטן פון מענטשן. אין דעם טאָג וואָס ג-אָט האָט באַשאַפן אַ מענטש, אין דעם גלייכעניש פון ג-אָט האָט ער באַשאַפן דעם מענטש.
ב. אַ זכר מיט אַ נקבה האָט ער זיי באַשאַפן. און ער האָט זיי געבענטשט, און ער האָט גערופן זייער נאָמען אדם, אין דעם טאָג וואָס זיי זענען באַשאַפן געוואָרן.
ג. און אדם האָט געלעבט הונדערט מיט דרייסיק יאָר, און ער האָט געבאָרן אין זיין גלייכן ווי זיין פאָרם, און ער האָט גערופן זיין נאָמען שת.
ד. און זיי זענען געווען די טעג פון אדם נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן שת, אַכט הונדערט יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
ה. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון אדם וואָס ער האָט געלעבט ניין הונדערט און דרייסיק יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
ו. און שת האָט געלעבט הונדערט מיט פינף יאָר, און ער האָט געבאָרן אנוש.
ז. און שת האָט געלעבט נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן אנוש, אַכט הונדער זיבן יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
ח. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון שת, ניין הונדערט און צוועלף יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
ט. און אנוש האָט געלעבט ניינציק יאָר און ער האָט געבאָרן קינן.
י. און אנוש האָט געלעבט נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן קינן, אַכט הונדערט פופצן יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
יא. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון אנוש, ניין הונדערט פינף יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
יב. און קינן האָט געלעבט זיבעציק יאָר און ער האָט געבאָרן מהללאל.
יג. און קינן האָט געלעבט נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן מהללאל אַכט הונדערט פערציק יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
יד. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון קינן, ניין הונדער צען יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
טו. און מהללאל האָט געלעבט פינף און זעכציק יאָר, און ער האָט געבאָרן ירד.
טז. און מהללאל האָט געלעבט נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן ירד אַכט הונדערט און דרייסיק יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
יז. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון מהללאל, אַכט הונדערט פינף און ניינציק יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
יח. און ירד האָט געלעבט הונדערט צוויי און זעכציק יאָר, און ער האָט געבאָרן חנוך.
יט. און ירד האָט געלעבט נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן חנוך אַכט הונדערט יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
כ. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון ירד, ניין הונדערט צוויי און זעכציק יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
כא. און חנוך האָט געלעבט פינף און זעכציק יאָר, און ער האָט געבאָרן מתושלח.
כב. און חנוך איז געגאַנגען מיט ג-אָט (גוט און פרום) נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן מתושלח דריי הונדערט יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
כג. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון חנוך דריי הונדערט פינף און זעכציק יאָר.
כד. און חנוך איז געגאַנגען מיט ג-אָט, און ער איז שוין נישט געווען, וואָרום ג-אָט האָט אים צוגענומען.
כה. און מתושלח האָט געלעבט הונדערט זיבן און אַכציק יאָר, און ער האָט געבאָרן למך.
כו. און מתושלח האָט געלעבט נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן למך, זיבן הונדערט צוויי און אַכציק יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
כז. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון מתושלח, ניין הונדערט ניין און זעכציק יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
כח. און למך האָט געלעבט צוויי און אַכציק יאָר, און ער האָט געבאָרן אַ זון.
כט. און ער האָט גערופן זיין נאָמען נח, ער האָט געזאָגט: דער וועט אונז טרייסטן פון אונזערע ווערקן, און פון דער טרויערקייט פון אונזערע הענט, פון דער ערד וואָס ג-אָט האָט זי געשאָלטן.
ל. און למך האָט געלעבט נאָכדעם אַז ער האָט געבאָרן נח, פינף הונדערט פינף און ניינציק יאָר, און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
לא. און זיי זענען געווען אַלע טעג פון למך, זיבן הונדערט זיבן און זיבעציק יאָר, און ער איז געשטאָרבן.
לב. און נח איז אַלט געווען פינף הונדערט יאָר, האָט נח געבאָרן שם, און חם, און יפת.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.