חומש בית יהודה בראשית ז

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת נח

א. [1] האָט ג-אָט געזאָגט צו נח: קום גיי אַריין דו מיט דיין גאר הויזגעזינד אין דער תּיבה, וואָרום דיך האָב איך געזען אַ צדיק פאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור.
ב. פון איטלעכער בהמה וואָס זי וועט זיין טהור צו די ישראל זאָלסטו צו דיר נעמען זיבן און זיבן אַ מאַן מיט אַ ווייב. און פון די בהמות וואָס וועלן נישט זיין טהור זאָלסטו נעמען צוויי אַ מאַן מיט אַ ווייב.
ג. אויך פון די עופות וואָס אונטער דעם הימל זאָלסטו נעמען זיבן און זיבן אַ זכר מיט אַ נקבה, צו לאָזן לעבן בלייבן זוימען[2] אויף דער גאַנצער ערד.
ד. וואָרום נאָך אין זיבן טאָג אַרום[3], וועל איך לאָזן רעגענען אויף דער ערד, פערציק טאָג און פערציק נעכט, און איך וועל אָפמעקן גאָר דאָס באַשטַאנד[4] וואָס איך האָב באַשאַפן פון פאַר דער ערד.
ה. און נח האָט געטאָן ווי ג-אָט האָט אים געבאָטן (ער איז געקומען אין דער תיבה).
ו. און נח איז אַלט געווען זעקס הונדערט יאָר ווען דער מבול איז געווען וואַסער אויף דער ערד.
ז. און נח איז געקומען מיט זיינע זין און זיין ווייב, און די ווייבער פון זיינע זין אין דער תּיבה, פאַר דעם וואַסער פון דעם מבול.
ח. פון די בהמות טהורות, און פון די בהמות וואָס זענען נישט טהור, און (אַזוי אויך) פון די עופות, און פון אַלץ וואָס קריכט אויף דער ערד.
ט. צוויי צוויי (כלומר: פּאָרווייז) זענען געקומען צו נח אין דער תּיבה, אַ זכר מיט אַ נקבה (צום ווייניקסטן זענען געקומען צוויי, אָבער עס איז געווען אַזעלכע מינים וואָס זענען געקומען צו זיבן) [5], ווי ג-אָט האָט געבאטן נח.
י. און עס איז געווען צום סוף פון די זיבן טעג, און דאָס וואַסער פון דעם מבול איז געווען אויף דער ערד.
יא. ווען נח איז אַלט געווען זעקס הונדערט יאָר, אין דעם אַנדערן חודש אין דעם זיבעצנטן טאָג אין חודש, אין דעם זעלביקן טאָג, זענען געשפּאָלטן געוואָרן אַלע קוואַלן פון דעם גרויסן אָפּגרונד, אין די פענצטערס פון דעם הימל זענען געעפנט געוואָרן.
יב. און עס איז געווען דער רעגן אויף דער ערד, פערציק טאָג און פערציק נעכט.
יג. אין דעם טאָג איז געקומען נח מיט שם חם און יפת די קינדער פון נח, און דאָס ווייב פון נח, און די דריי ווייבער פון זיינע זין מיט זיי, צו דער תּיבה.
יד. זיי (די מענטשן) און איטלעכערליי חיה צו איר מין, און אַלע בהמות צו איר מין, און איטלעכערליי ווידעמנונגען וואָס קריכט אויף דער ערד צו זיין מין, אַלערליי פייגל פון איטלעכן מין וואָס האָט פליגל (אפילו היישריקן).
טו. און זיי זענען געקומען צו נח צו דער תּיבה פארווייז פון אלע וואָס האָבן אַ לעבעדיקן אָטעם.
טז. און די וואָס זענען געקומען, זענען געקומען אַ זכר מיט אַ נקבה, ווי ג-אָט האָט אים געבאטן, און ג-אָט האָט פארשלאָסן די תּיבה פון וועגן אים.
יז. און דער מבול איז געווען פערציק טעג אויף דער ערד, און דאָס וואַסער האָבן זיך געמערט, און זיי האָבן געטראָגן די תּיבה, און זי איז אויפגהויבן געוואָרן פון דער ערד.
יח. און דאָס וואַסער האָבן זיך געשטאַרקט (פון זיך זעלבסט) און עס האָט זיך געמערט אויף דער ערד, און די תּיבה איז געגאַנגען אויף דעם וואַסער.
יט. און דאָס וואַסער האָט זיך געשטאַרקט אויף דער ערד, און זיי זענען באַדעקט געוואָרן אַלע הויכע בערג, וואָס זיי זענען אונטער דעם הימל.
כ. פופצן איילן הייך האָבן זיך דאָס וואַסער געשטאַרקט פון אויבן, און זיי האָבן באַדעקט די בערג. (נאָכדעם אַז דאָס וואַסער איז גלייך געוואָרן מיט דעם שפּיץ בערג, איז דאָס וואַסער נאָך העכער געוואָרן פופצן איילן איבער דעם שפּיץ בערג).
כא. און עס איז פאַרגאַנגען (=אויסגעגאַנגען) אַלץ וואָס ווידמענט זיך אויף דער ערד, עופות און בהמות און חיות, און אַלע ווידמענונגען וואָס טוט ווידמענען אויף דער ערד, און אַלע מענטשן.
כב. איטלעכס וואָס איז פאַרהאַנדן אַ לעבעדיקן אָטעם אין זיינע נאָז לעכער, פון אַלץ וואָס אויף דעם טריקעניש, זענען אַלע געשטאָרבן.
כג. און ער האָט אָפּגעמעקט גאָר דעם באַשטאַנד[6] וואָס אויף דער ערד פון אַ מענטש ביז אַ בהמה ביז אַ ווידמענונג ביז דעם עוף וואָס אונטער דעם הימל און זיי אפּגעמעקט געוואָרן פון דער ערד, און נאָר נח אליין איז איבערגעבליבן, און די וואָס זענען געווען מיט אים אין דער תּיבה.
כד. און דאָס וואַסער האָט זיך געשטאַרקט אויף דער ערד הונדערט מיט פופציק טעג.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. צו לאָזן לעבן בלייבן זוימען: אין פסוק שטייט "לחיות זרע" און מען קען דאָס טייטשן צו לאָזן זוימען אָדער לאָזן (אין) לעבן זוימען, אָבער די קאָמבינאציע "צו לאָזן לעבן בלייבן זוימען" האָט נישט קיין באַדייט, אויף יידיש. אָבער דער זאַץ שטאַמט פון דייטש וואָס אין דייטש איבערלאָזן זאָגט מען בלייבן לאָזן (BLEIBEN LASSEN). און איז ריכטיקער צו שרייבן צו בלייבן לאָזן (אין) לעבן זוימען.
  3. נָאך אין זיבן טאָג אַרום: אַ טאָפעל לשון. מען שרייבט אָדער נאָך זיבן טאָג אַרום, אָדער אין זיבן טאָג אַרום.
  4. דער טייטש פון יקום אויף יידיש איז וועלט אָדער אוניווערס, און נישט באַשטאַנד נאָר ס'שטאַמט פון דייטש וואָס באַשטאַנד (BESTAND) מיינט "קיום," און אין יידיש "קיום" איז עקזיסטענץ.
  5. עס איז דאָ אַ חילוק צווישן דער ערשטער געקומען זענען געקומען צוויי צו דעם צווייטן געקומען זענען געקומען צו זיבן, דער ערשטער געקומען מיינט אַז איינער קומט פון אַ פּלאַץ צו אַ פּלאַץ. און דער צווייטער געקומען מיינט, ווי איינער ציילט נומערן און ער איז געקומען צו דעם נומער הונדערט און דאָס וואס שטייט אַזעלכע מינים וואָס זענען געקומען (= זייער נומער איז געקומען) צו זיבן.
  6. עיין הערה פסוק ד'.