חומש בית יהודה בראשית יא
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ
|
---|
פּרשת נחרעדאַקטירןא. [1] און עס איז גיװען, די גאַנצע װעלט אײן לשון (זײ האָבן אַלע גירעדט לשון הקודש) און אײנציגע רײד. ב. און עס איז גיװען, אַז זײ האָבן גיצױגען, פֿון מזרח זײַט, צו זוכן אַ אָרט זײ זאָלן דאָרטן קאָנען װױנען אַלע צוזאַמען, האָבן זײ גפֿונען אַ טאָל אין לאַנד שנער, און זײ האָבן דאָרטן באַזעצט. ג. און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן, ברײט אײַך אָן, לאָמיר מאַכן ציגל, און לאָמיר זײ ברענן צו (אפר) ברענוג. ד. און זײ האָבן גזאָגט, ברײט אײַך אָן, לאָמיר בױען אַ שטאָט, און אַ טורעם, און דער שפּוץ פֿון דעם טורעם זאָל גרײכן ביז אין הימל, און מיר װעלן זיך מאַכן אַ שם, טאָמער װעלען מיר צו שפּרײט װערין אױף דער גאַנצער ערד (עס זאָל אױף אונז ניט קומן עפּיס אַ שלאַק צו פֿאַר שפּרײטען אונז פֿון דאַנן). ז. ברײט אײַך אָן, לאָמיר זיך אַנפּלעקן, לאָמיר צומישן זײערע לעפּצן (דאָס הײסט זײער לשון), זײ זאָלן ניט פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערעס לשון. ח. און גאָט האָט זײ פֿון דאָרטן פֿאַרשפּרײט אױף גאָר דער װעלט. |
- ↑ די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.