חומש בית יהודה במדבר א
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י במדבר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו
|
---|
פרשת במדברא. און גאט האט גערעדט צו משה אין דעם מדבר סיני אין אהל מועד, אין דעם ערשטן טאג פון דעם אנדערן חודש, (דאס איז דער חודש אייר), אין דעם אנדערן יאר צו זייער ארויסגיין פון לאנד מצרים, אזוי צו זאגן: כ. און זיי זענען געווען די קינדער פון ראובן וואס ער איז געווען דער בכור פון ישראל, זייער געבורט צו זייערע משפחות צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, אלע זכרים פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. כב. צו די קינדער פון שבט שמעון, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, אלע זכרים פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. כד. צו די קינדער פון שבט גד, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. כו. צו די קינדער פון שבט יהודה, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. כח. צו די קינדער פון שבט יששכר, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. ל. צו די קינדער פון שבט זבולון, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. לב. צו די קינדער פון שבט יוסף, צו די קינדער פון שבט אפרים, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. לד. צו די קינדער פון שבט מנשה, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. לו. צו די קינדער פון שבט בנימין, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. לח. צו די קינדער פון שבט דן, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. מ. צו די קינדער פון שבט אשר, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. מב. צו די קינדער פון שבט נפתלי, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה. מד. דאס זענען די געציילטע וואס האט געציילט משה מיט אהרן און די הארן פון די ישראל, צוועלף מענטשן, איין מענטש צו דעם הויזגעזינד פון זיינע עלטערן זענען זיי געווען, צו איטלעכן שבט איז געווען איין מענטש. מח. האט גאט געזאגט צו משה אזוי צו זאגן: |
ביאורי פסוקים
הערות שוליים
- ↑ שטאמט פון דעם דייטשן ווארט empfangen.
- ↑ אין פסוק שטייט כל יוצא צבא בישראל, און אין סוף פסוק שטייט תפקדו אותם לצבאותם. פון די פסוקים זעט מען אז עס איז דא צוויי באדייטונגען צו דעם ווארט צבא, א) מיליטער, די אלע סאלדאטן פון די יידן זענען געווען איין גרויס מילטער. און דאס וואס שטייט כל יוצא צבא בישראל. ב) מיליטער-גרופע, (אין מיליטער ס'דא אסאך מיליטער-גרופעס), און יעדער שבט האט געהאט זיין מילטער-גרופע. און דאס וואס שטייט תפקדו אותם לצבאותם.
און דער חילוק צווישן מחנה און צבא, עיין לקמן פרק ב' פסוק ג'. - ↑ שטאמט פון דעם דייטשן ווארט: גדוד = schar. אדון = her. דער פּשוטער פּשט פון לצבאותם איז: אז האט מען זיי געציילט צו זייערע מיליטער-גרופּעס (= גדודים), דהיינו אז יעדער שבט האט באלאנגט צו א ספּעציעלער מיליטער-גרופע (= גדוד). און דער בית יהודה טייטשט אז מען האט זיי געציילט צו זייער מיליטער-גרופּעס-הערן, דהיינו אז יעדער שבט האט באלאנגט צו א ספּעציעלן הער, צו דעם נשיא וואס איז געווען דער הער אויף דער מיליטער גרופּע. און לצבאותם מיינט צו די הערן וואס הערשן אויף דעם מיליטער.
אבער פון די פסוקים אין פרק ב זעט מען אנדערש, און דער בית יהודה אליין טייטשט דארט אנדערש. - ↑ שטאמט פון דעם דייטשן ווארט empfangen.
- ↑ באשטאנד, שטאמט פון דיישט Bestand. און דער טייטש פון דעם איז עקזיסטענץ. דהיינו אראפנעמען דעם משכן פון זיין עקזיסטענץ, בויאונג, אויפשטעל.
- ↑ שטאמט פון דעם דייטשן ווארט: גדוד = schar.
- ↑ שטאמט פון דייטש: Banner = פאן.