טייטש יהואש שמות פרק יג

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות יג)


א און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
ב הײליק צו מיר יעטװעדער בכָור; איטלעכס װאָס עפנט דעם טראַכט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו מיר.
ג און משה האָט געזאָגט צו דעם פֿאָלק: געדענקט דעם דאָזיקן טאָג װאָס איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפט; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אײַך גאָט אַרױסגעצױגן פֿון דאַנען; דרום זאָל ניט געגעסן װערן חמץ.
ד הײַנט גײט איר אַרױס, אין חוֹדש אָביבֿ,
ה איז, אַז גאָט װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם חוי, און דעם יבֿוסי, װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, דיר צו געבן, אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק, זאָלסטו טאָן דעם דאָזיקן דינסט אין דעם דאָזיקן חוֹדש.
ו זיבן טעג זאָלסטו עסן מצות און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ יוׂם-טובֿ צו גאָט.
ז מצות זאָל געגעסן װערן אין די זיבן טעג, און עס זאָל ניט געזען װערן בײַ דיר חמץ, און עס זאָל ניט געזען װערן בײַ דיר זױערטײג, אין דײַן גאַנצן גבֿול.
ח און זאָלסט דערצײלן דײַן זון אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז פֿון װעגן דעם װאָס גאָט האָט מיר געטאָן בײַ מײַן אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם.
ט און עס זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ דערמאָנונג צװישן דײַנע אױגן, כּדי די תּוֹרה פֿון גאָט זאָל זײַן אין דײַן מױל; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט דיך גאָט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם.
י און זאָלסט אָפּהיטן דאָס דאָזיקע געזעץ אין זײַן געשטעלטער צײַט, פֿון יאָר צו יאָר.
יא און עס װעט זײַן, אַז גאָט װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דיר און דײַנע עלטערן, און ער װעט עס דיר געבן,
יב זאָלסטו אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפנט דעם טראַכט, צו גאָט; און איטלעך ערשטגעבאָרנס פֿון אַ בהמה װאָס דו װעסט האָבן, אױב זכָרים, זאָל געהערן צו גאָט.
יג און יעטװעדער ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ לאַם, און אױב דו װעסט ניט אױסלײזן, זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס געניק. און יעטװעדער בכוׂר פֿון מענטשן צװישן דײַנע זין זאָלסטו אױסלײזן.
יד און עס װעט זײַן, אַז דײַן זון װעט דיך פֿרעגן שפּעטער אַהין, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז דאָס? זאָלסטו זאָגן צו אים: מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז גאָט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפט.
טו און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט זיך אײַנגעשפֿאַרט קעגן אונדז אַװעקלאָזן, האָט גאָט געהרגעט יעטװעדער בכוׂר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ בכוׂר פֿון אַ מענטשן ביז אַ בכוׂר פֿון אַ בהמה; דרום שלאַכט איך צו גאָט איטלעכס װאָס עפנט דעם טראַכט, אױב זכָרים; און יעטװעדער בכוׂר פֿון מײַנע זין לײז איך אױס.
טז און עס זאָל זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ שטערנבאַנד צװישן דײַנע אױגן; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז גאָט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם.
בשַלַח
יז און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק, האָט זײ גאָט ניט געפירט אױף דעם װעג פֿון דעם לאַנד פֿון די פּלִשתּים, הגם ער איז געװען נאָנט; װאָרום גאָט האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק װעט נאָך חרטה האָבן, אַז זײ װעלן דערזען מלחמה, און זײ װעלן זיך אומקערן קײן מִצרַיִם.
יח און גאָט האָט געפירט דאָס פֿאָלק אַרום, אױפֿן װעג פֿון מדבר בײַם ים-סוף. און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען באַװאָפנטע אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.
יט און משה האָט מיטגענומען מיט זיך די בײנער פֿון יוֹספן; װאָרום באַשװערן האָט ער באַשװאָרן די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דערמאָנען װעט זיך גאָט דערמאָנען אָן אײַך; זאָלט איר אױפֿברענגען מײַנע בײנער פֿון דאַנען מיט אײַך.
כ און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת, און האָבן גערוט אין אֵתָם בײַם עק מדבר.
כא און גאָט איז געגאַנגען זײ פֿאַרױס, בײַ טאָג אין אַ זײַל פֿון װאָלקן, זײ צו פירן אױפֿן װעג, און בײַ נאַכט אין אַ זײַל פֿון פֿײַער, זײ צו לײַכטן; כּדי צו קענען גײן בײַ טאָג און בײַ נאַכט.
כב דער זײַל פֿון װאָלקן פלעגט זיך ניט אָפּטאָן בײַ טאָג, און דער זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, פֿון פֿאַרן פֿאָלק.

ביאורי פסוקים