בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ג)


/3:1 און משה האָט געפֿיטערט די שאָפּ פֿון זײַן שװער יִתרוֹן, דעם פּריסטער פֿון מִדיָן, און ער האָט געפירט די שאָפּ צום מדבר צו, און ער איז געקומען צום באַרג פֿון {dn גאָט}, צו חוֹרֵבֿ. /3:2 האָט זיך באַװיזן צו אים אַ מלאך פֿון {dn גאָט} אין אַ פלאַמפֿײַער פֿון מיטן פֿון אַ דאָרן, און ער האָט געזען, ערשט דער דאָרן ברענט אין פֿײַער, און דער דאָרן װערט ניט פֿאַרצערט. /3:3 האָט משה געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט אָפּקערן און זען די דאָזיקע גרױסע זעונג, פֿאַר װאָס דער דאָרן װערט ניט פֿאַרברענט. /3:4 און װי {dn גאָט} האָט געזען, אַז ער האָט אָפּגעקערט צו זען, אַזױ האָט {dn גאָט} גערופֿן צו אים פֿון מיטן דאָרן, און האָט געזאָגט: משה! משה! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. /3:5 האָט ער געזאָגט: זאָלסט ניט גענענען אַהער; טו אױס דײַנע שיך פֿון דײַנע פיס, װאָרום דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים, דאָס איז הײליקע ערד. /3:6 און ער האָט געזאָגט: איך בין דער {dn גאָט} פֿון דײַן פֿאָטער, דער {dn גאָט} פֿון אַבֿרהמען, דער {dn גאָט} פֿון יצחקן, און דער {dn גאָט} פֿון יעקבֿן. און משה האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, װײַל ער האָט מוֹרא געהאַט צו קוקן אױף {dn גאָט}. /3:7 און {dn גאָט} האָט געזאָגט: זען געזען האָב איך די פּײַן פֿון מײַן פֿאָלק װאָס אין מִצרַיִם, און איך האָב צוגעהערט זײַן געשרײ פֿון װעגן זײַנע דריקער, װאָרום איך װײס זײַנע װײַטאָקן. /3:8 און איך האָב אַראָפּגענידערט אים מציל צו זײַן פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און אים אױפֿצוברענגען פֿון יענעם לאַנד אין אַ גוטן און אַ ברײטן לאַנד, אין אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק, אין דעם אָרט פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי. /3:9 און אַצונד, זע, דאָס געשרײ פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז געקומען צו מיר, און איך האָב אױך געזען די דריקונג װאָס די מִצרים דריקן זײ. /3:10 דרום קום אַצונד, און איך װעל דיך שיקן צו פַּרעהן, און צי אַרױס מײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון מִצרַיִם. /3:11 האָט משה געזאָגט צו {dn גאָט}: װער בין איך, אַז איך זאָל גײן צו פַּרעהן, און אַז איך זאָל אַרױסציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון מִצרַיִם? /3:12 האָט ער געזאָגט: אָבער איך װעל זײַן מיט דיר; און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן, אַז איך האָב דיך געשיקט. װען דו ציסט אַרױס דאָס פֿאָלק פֿון מִצרַיִם, װעט איר דינען {dn גאָט} אױף דעם דאָזיקן באַרג. /3:13 האָט משה געזאָגט צו {dn גאָט}: אָט קום איך צו די קינדער פֿון ישׂראל, און איך װעל זאָגן צו זײ: דער {dn גאָט} פֿון אײַערע עלטערן האָט מיך געשיקט צו אײַך, און זײ װעלן זאָגן צו מיר: װאָס איז זײַן נאָמען? װאָס זאָל איך זאָגן צו זײ? /3:14 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: איך בין װער איך בין. און ער האָט געזאָגט: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל: ”איך בין“ האָט מיך געשיקט צו אײַך. /3:15 און {dn גאָט} האָט װײַטער געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל: {dn יהוה}, דער {dn גאָט} פֿון אײַערע עלטערן, דער {dn גאָט} פֿון אַבֿרהמען, דער {dn גאָט} פֿון יצחקן, און דער {dn גאָט} פֿון יעקבֿן, האָט מיך געשיקט צו אײַך. דאָס איז מײַן נאָמען אױף אײביק, און דאָס איז מײַן געדעכעניש אױף דוֹר-דוֹרות. /3:16 גײ, און זאָלסט אײַנזאַמלען די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זאָגן צו זײ: {dn יהוה}, דער {dn גאָט} פֿון אײַערע עלטערן, דער {dn גאָט} פֿון אַבֿרהם, יצחק, און יעקבֿ, האָט זיך באַװיזן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: דאַכטן האָב איך געדאַכט אָן אײַך, און אָן װאָס אײַך װערט געטאָן אין מִצרַיִם. /3:17 און איך האָב געזאָגט: איך װעל אײַך אױפֿברענגען פֿון דער פּײַן פֿון מִצרַיִם, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, אין אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק. /3:18 און זײ װעלן צוהערן צו דײַן קָול, און װעסט קומען, דו און די עלטסטע פֿון ישׂראל, צו דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און איר װעט זאָגן צו אים: {dn יהוה}, דער {dn גאָט} פֿון די עִבֿרים, האָט זיך געטראָפן פֿאַר אונדז. און אַצונד, לאָמיר גײן, איך בעט דיך, דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, כּדי מיר זאָלן שלאַכטן צו {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}. /3:19 און איך װײס אַז דער מלך פֿון מִצרַיִם װעט אײַך ניט לאָזן גײן סײַדן דורך אַ שטאַרקער האַנט. /3:20 װעל איך אױסשטרעקן מײַן האַנט, און איך װעל שלאָגן מִצרַיִם מיט אַלע מײַנע װוּנדער, װאָס איך װעל טאָן דערין, און דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן. /3:21 און איך װעל געבן דעם דאָזיקן פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם, און עס װעט זײַן, אַז איר װעט אַרױסגײן, װעט איר ניט אַרױסגײן מיט לײדיקן; נאָר יעטװעדער פרױ װעט אַנטלײַען פֿון איר שכנטע, און פֿון דער װאָס װױינט מיט איר אין הױז, זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער; און איר װעט זײ אָנטאָן אױף אײַערע זין און אױף אײַערע טעכטער, און איר װעט אױסלײדיקן מִצרַיִם.


ביאורי פסוקים