אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שצד

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, ח"י אלול, תש"ח
הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה מהור"י שי' כ"ל

שלום וברכה!

איך אנטשולדיק זיך פאר ניט ענטפערן אייך ביז יעצט אויף אייער בריוו, די סיבה איז געווען וואס נוסף אויף די שוין געוויינטלעך געווארענע דאגות פון מרכז און טרדות, איז צוגעקומען דער צוגרייטן צום דרוק פון ספר קיצורים והערות לס' לקוטי אמרים וואס איך האב געוואלט עם זאל ווערן פארטיק ניט שפעטער פון ח"י אלול לכל הפחות (געדארפט בארבעטן כמה כתבי יד א.א.וו.) א קאפיע ווי אויך דעם קונטרס פון ח"י אלול וואס מ'דארף זיי ביידע ברענגען באלד פון ביינדע, שיקן מיר אייך, ביטע באשטעטיקן אז איר האט זיי דערהאלטן,

כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט מיר געהייסן אייך שרייבן אז לויט זיין מיינונג האט איר געדארפט זען מר. קישין און רעדן מיט אים, פאראינטרעסירן עם ממשותדיג אין דעם שווערס שליט"א מוסדות, און ניט ווארטן מער אויף הכנות,

א הערצליכן דאנק פאר אייער מיטהילף אונזערע שלוחים, א ייד האט דאך אבער אלע מאל טענות. א) פאר וואס האט מען מורא געהאט דערמאנען אז זיי זיינען שלוחים פון מרכז? ב) ווי קומט דאס וואס בגשמיות דערלייגט דער מרכז צו שיקאגא מער ווי אין אלע שטעט, און אין דעם פאל ווידער אזוי? פארוואס האב איך טענות צו אייך? דער טעם אויף דעם: דער שווער שליט"א האט מיר אמאל דערציילט אז לערנענדיג אין דעת אז עמעצער פלעגט עפעס אפטאן פלעגט דער מלמד באשטראפן דעם שווער שליט"א, זאגענדיק, דו ביזט ניט שולדיג און איך באשטראף דיך - היינט ווי דארף זיך שוין שרעקן דער שולדיגער אליין!

ביטע נאך אמאל אנטשולדיגן פאר ניט ענטפערן ביז יעצט ובברכת כוח"ט.

הרב מנחם שניאורסאהן