אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח קעג
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב
ב"ה, ט"ו כסלו, תש"ה
ברוקלין
כבוד ידידי הנעלה וו"ה אי"א עסקן נמרץ ורב פעלים כו'
מהר"ש נ"י פאלמער,
שיקאגא.
שלום וברכה!
כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א פילט זיך ב"ה בעסער. וישלח לו השי"ת רפו"ש בקרוב ממש.
אין ענטפער אויף אייער שרייבן פון נאוו. 28:
בכלל איז שווער צו באקומען א גרעסערן קוואנטום פון חנוכה לעמפלעך, און אויב מען וועט עס באקומען, וויל מען פאר די ביליגסטע 35-27 סענט א לעמפל.
אויב איר זייט מסכים אויף דיזן פרייז ביטע מיטצוטיילן אונז וועגן דעם וואס שנעלער, ווי אויך צי זייט איר גרייט צו נעמען אויך ווייניקער ווי 200, אין פאל אויב ס'גיט זיך ניט איין צו באקומען די גאנצע צאל לעמפלעך,
א מערקווירדיגע זאך געפינען מיר: בנוגע דעם נס חנוכה. די גמרא (שבת כא, ב) דערציילט, אז דער פך שמן טהור וואס מ'האט געפונען איז געווען מונח בחותמו של כהן גדול. אויף האבן א ראי' אז דער פך איז געבליבן אומבארירט איז גענוג צו וויסן אז ער איז געבליבן פארזיגלט; צוליב וואס דערציילט אונע די ברייתא אז עם איז געווען חותמו של כהן גדול?
נאר דערפון קענען מיר אפלערנען, אז אויב עס איז ביי יידן פינצטער, ר"ל, בגשמיות וברוחניות און עס איז דא אזוינע (= אזעלכע) וואס ווילן להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך, איז ווי קען מען אויסהיטן אז עס זאל בלייבן א פך שמן טהור, וואס דערפון וועט מען אנצינדן דערנאך א גאנצע מנורה, איז דאס דורך דעם וואס מען היט דעם פך דורך דעם חותם של כהן גדול, א ייד וואס - לויט דעם רמב"ם'ס לשון (הל' כלי המקדש פ"ה ה"ז) - שיהי' יושב במקדש כל היום ולא יצא אלא לביתו בלבד בלילה או שעה או שתים ביום.
נאך א מערקווירדיגע זאך געפינען מיר: בנוגע צום כהן גדול. די גמרא (יומא יח, א) זאגט: והכהן הגדול מאחיו כו' אחיו הכהנים מגדלין אותו.
לכאורה אויב מ'דארף אז דער כהן גדול זאל האבן אויף דער הוצאה און נאך זיין רייך אויך, איז פארוואס דוקא משל אחיו הכהניס? נאר וואס דען: אויף א פשוט'ן יידן דארף די תורה ניט אנזאגן. אז מ'וועט קומען צוגיין צו א פשוט'ן יידן און מען וועט אים זאגן: הער זיך איין, דער כהן גדול דארף האבן אויף דער הוצאה; ווילסטו נעמען אין דערויף אן אנטייל, ווילסטו זען אז אלע דיינע באקאנטע זאלן נעמען אין דערויף אן אנטייל? וועט עם גארניט איינפאלן לויפן צום רב פרעגן, וואס שטייט וועגן דעם אין שולחן ערוך. ער וועט אויך מורא האבן אז ער וועט אנווערן די געלעגענהיינט פון דער זכי' פון השתתפות אין א זאך וואס איז פארבונדן מיט'ן כהן גדול. ווארום עס איז דאך לא ראיתי צדיק נעזב, דער אויבערשטער וועט זיכער געבען דעם כהן גדול אלץ וואס ער דארף, נאר עס קען זיין ניט דורך דעם יידן אויך. וועט ער זען פארכאפן ניט ארויסלאזן די זכי' טאן אלץ וואס ער קען, סיי מיט אנדערע סיי מיט זיך, אז דער גדלהו זאל זיין דורך עם דוקא,
קומט מען אבער צו א כהן, קען פאסירן ער זאל אנהייבן זאגן: א) וואס קומט איר צו מיר, איך ביך סיי ווי סיי א הייליגער. איך ווייס אליין וואס איך האב צו טאן. גייט זייט מזכה אנדערע. ב) איר ווילט איך זאל זיך פארנעמען מיט דער הוצאה פון כהן גדול און זאל זיך נאך עוסק זיין אז אנדערע זאלן זיך משתתף זיין? איר ווייסט אז אויף מיר ליגט די עבודה פון בית המקדש? פרעגט ביים כהן גדול אליין, וועט ער אייך אויך זאגן וואס איז וויכטיקער. אויב איך וועל זיך פארנעמען מיטן כהן גדול קען נאך בטל ווערען די עבודה פון בית המקדש? הייסט איר מיר דאס טאן? און וואס זאגן עפעס די פוסקים וועגן אזא זאך? איר מאכט דאך חרוב מיט אייערע רייד אליין דעם בית המקדש; דאס וועל איך ניט דערלאזן בשום אופן.
באווארענט די תורה - גדלהו משל אחיו הכהנים (און די באווארעניש העלפט אויך ניט אלעמאל!).
און גראדע פון דער מעשה פון חנוכה לערנען מיר: צום בית המקדש האבן יונים דערגרייכט, דעם מזבח האבן זיי געקענט מהרס זיין, די מנורה מטמא געוואלד, אבער דעם קליין קריגעלע שמן וואס ליגט באהאלטן און אויף וועלכען דער כהן גדול האט אכטונג געגעבן, דאס איז געבליבן גאנץ און האט אנגעצונדן ליכטלאך, וואס לייכטן טויזנטער יארן.
לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.
הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל