אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח קפט

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, ד' סיון, תש"ה
כבוד הנעלה והנכבד וו"ח אי"א נו"ח וכו'
מר אלכסנדר כהן שי'

שלום וברכה!

זיכער ווייסט איר אז אונזער פריינט מר סטולמאן שי' האט ארויסגעשיקט דעם טשעק פאר דעם "מרכז לעניני חנוך", און ביי דער געלעגנהייט וויל איך אויסדריקן אייך נאכאמאל א הערצליכן דאנק פאר אייער השתדלות, טרחא און ארבעט אין דעם, סיי אין עבר און הוה, און סיי אויך, ווי מיר אלע האפן, אין עתיד. דעם עיקר "יישר כח" האט איר פון די זאכן אליין וועלכע ווערן אפגעטאן און קענען ווייטער אנגעפירט ווערן, דורך די דאניישן. (= שטייערן)

ביי דעם ערשטן דיבור בשעת מתן תורה: אנכי ה"א אשר הוצאתיך מארץ מצרים - פרעגט מען (צום ביישפיל: אבן עזרא שמות כ, א) עס האט דאך געדארפט שטיין א גרעסערע זאך: אשר בראתי שמים וארץ ואשר עשיתיך – א חוץ דעם וואס דאס איז א גרעסערע זאך "אשר בראתי שמים כו" צוגלייך א שטארקער טעם פאר אלע דורות, אין דער צייט ווען "אשר הוצאתיך מארץ מצרים" האבן דאס געזען נאר יענער דור, און די הויפט וויכטיקייט פון דעם איז אויך געווען נאר פאר זיי.

חסידות ענטפערט אויף דעם:

די בריאה איז דאך: מאכן פון אין – יש, אויף דעם איז די הארה פון געטליכקייט, וועלכע איז שייך צו עולמות. יציאת מצרים אבער, וועלכע האט געקענט פארקומען נאר דורך אותות ומופתים (דברים ד, ל) - דאס הייסט דורך ארויסנעמען דעם יש פון די פרינציפן און גבולים פון דעם יש און דער בריאה (דאס איז אויך דער רמז פון ווארט "יציאת מצרים" - ארויסגיין פון מצרים - גבולים, (ווי אין איכה א, ג) - דא איז געווען אסאך א העכערער גילוי פון אלקות. און דערפאר ווערט יציאת מצרים דערמאנט ביי מתן תורה, וועלכע איז אויך העכער פון בריאה און גבולים.

להבדיל, ביי מענטשן איז אויך אזוי: אויסלערנען – זיך אדער א פריינד – גיין אויף א גוטן וועג פון אנהויב אן איז, לפי ערך, א לייכטע זאך. אויב אבער מ'דארף איבערמאכן פרינציפן און ארויסגיין פון גבולים אין וועלכע מ'האט זיך איינגעלעבט, און זיי האבן זיך נאך ארויסגעוויזן, אין איינציגע זאכן, פאר ריכטיק, אבער אין א באשטימטן פאל שטערן זיי – איז דאס יציאת מצרים וגבולים - וועלכע איז פיל שווערער.

און אין דעם האף איך, טייערער מר. קאווען, וועט איר אויך העלפן מר שטולמאן ער זאל קענען ארויסגיין פון זיינע גבולים און פרינציפן און אננעמען אין פולער מאס די אנווייזונגען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א. און זיכער, ווי ביז יעצט, וועט איר אין דעם אויך האבן א סוקסעס (= הצלחה).

מיט גרוס ובברכת החג

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל