אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רנא

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה בין כסא לעשור, תש"ז

כבוד ידידנו הנעלה וו"ח אי"א חובב תורה ורודף צדקה,
העסקן והנדיב המהולל וכו' מו"ה גרשון שי' אקסלראד,
וואלדאסטא, דזשא.

שלום וברכה!

אין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך אייך ווינטשן, און אלע אייערע, א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען.

דער גענויער טייטש פון ראש השנה איז דער קאפ פון יאר; דערקלערן אונזערע חכמים אז פארוואס ווערט עם אנגערופן ניט תחלת - אנהייב - השנה, נאר ראש השנה, ווייל אזוי ווי דער קאפ פירט אן מיט דעם גאנצען קערפער, אזוי דארפן אויך די גוטע רעזאלושנס (= רעזאלוציע, החלטה) אין פירונגען וואס מען נעמט אן אויף זיך ראש השנה, אנפירן מיטן גאנצן יאר

און דאס איז אויך אונזער וואונטש, אז אין דעם נייעם יאר זאלן מיר אלע גיין פארווערטס אין אונזער גייסטיקער אנטוויקלונג און אין דער דערפילונג פון אונזערע פליכטן, און אין דער דורכפירונג לפועל פון אלע אונזערע גוטע מחשבות און פלענער.

מיר האפן, אז דאס בריוו וועט אייך אין בעסטן געזונד טרעפן; עס וואונדערט אונז וואס מיר האבן פון אייך שוין אזא לאנגע צייט ניט געהערט.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל