אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רמח

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, יום א', י"ב לחדש אלול תש"ו
כבוד הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה מוהר"י שי' הכהן

שלום וברכה!

זיכער געדענקט איר אונזער געשפרעך וועגן דרוקן איינעם פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א'ס ספרים אויף אייערע הוצאות, און אן שותפים. איך האב די גאנצע לייט ניט דערמאנט וועגן דעם, ניט זייענדיג זיכער ווען מען קען דערווארטן אזא ספר פארטיג פון דרוק ביי איצטיגע שוועריקייטן מיט פאפיר, ארבעטער א. ז. וו.

איצט האב איך פאלגענדעם פארשלאג: לויט דער פעסטער הבטחה פון פרינטער וועט אין א וואך-צוויי ארויס פון דרוק דער ערשטער ספר המאמרים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, וועלכער וועט אנטהאלטן די חסידות מאמרים אין אידיש וועלכע זיינען געווען געדרוקט אין "הקריאה והקדושה" (55 מאמרים, ארום 220 זייטן, פארמאט און געבונדן ווי תורת החסידות, דרוק קאסטן 1200-1400 דולר). איך דערווארט אייער ענטפער: א) אויב די הצעה איז פאסיג פאר אייך און איר נעמס זי אן, ב) אויב יא - צי קען מען דאן שטעלן דעם זעלבן נוסח וועגן אייער נדבה ווי אין תורת שלום, אדער איר ווילט עם מאכן אנדערש.

אזוי ווי דער דרוקער איילט מיט דער ארבעט און איך אייל דאך זיכער, שרייב איך דורך לופט פאסט און האף אייער ענטפער אויך באופן כזה, ות"ה מראש. ולסיים מענינא דיומא: פרש"י (פרשת השבוע כו, ד והוא בספרי) כהן מניח ידו תחת יד הבעלים ומניף.

וואס איז דער מוסר השכל דערפון וואס עס דארף זיין ביידע יד כהן ויד בעלים?

נאר יעדער איד באשטייט פון: א) א כהן, וואס כהני שלוחי דרחמנא נינהו (קדושין כג, ב) אתערותא דלעילא וואס מ'גיט עם מלמעלה, זיין נפש אלקית וואס אפילו בשעת החטא היתה באמנה אתו (תניא ספכ"ד). ב) בעלים וואס והארץ נתן לבני אדם, אתערותא דלתתא וואס מ'דארף אליין אויסהארעווען, דער נפש הבהמית וואס איז אין וועלט און האט בחירה חפשית וואו צו גיין.

און דער תכלית הכוונה פון בירור עניני העולם איז, אז דאס בעסטע און געשמאקסטע פון זיי זאל זיין והנחתו לפני ד' אלקיך און (דער כהן) עסט עס, ניט אויף פארברענען, ע"ד תורת הבעש"ט עה"פ כי תראה חמור (היום יום ע' כג) ביידע זאכן עסן און לפני ד' אלקיך, און דאס קען זיין ניט גענארטערהייט (זע תורת שלום 50, 62, 122, וכו') דוקא אויב עס נעמען אין דעם איינטייל ביידע אי דער כהן אי די בעלים וואס אין יעדער אידן, כמובן.

החותם בברכת כתיבה וחתימה טובה.