אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שצא

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, ב' אלול, תש"ח
הוו"ח אי"א עסקן נמרץ רב פעלים,
הנדיב מהרמ"צ שי' וועקסלער

שלום וברכה!

אונזערע פארשטייער, האברכים המצויינים הוו"ח אי"א וכו' הרבנים שלום חאסקינד ושמעון אהרן סימפסאן שיחיו, האבן אונז געבראכט א גוטן גרוס פון אייך און אייער ווארימער אינטערעסירונג אין דער ארבעט פון "מרכז לעניני חינוך".

עם האט אונז באזונדערס געפרייט צו הערן דאס איר האט מבטיח געווען צו העלפן דער ארבעט פון מל"ח דורך אראנזשירן א "טיי" ביי אייך אין דער היים. אזוי ארום וועט איר זיין ניט נאר אן עושה נאר אויך א מעשה, און ס'איז איבעריק צו זאגן ווי גרויס דער זכות פון דער מצוה איז. האפענטלעך וועט איר אונז מיטטיילן אין גוטער צייט ווען די געפלאנטע צוזאמענקונפט וועט ביי אייך פארקומען.

אלול, דער לעצטער חודש פון יאר, איז א הכנה צו ראש השנה, ווען מיר קומען אלע אויסבעטן ביים אויבערשטן א כתיבה וחתימה טובה אויף געזונט, פרנסה און אלעס בעסטעס בגשמיות וברוחניות. אויף דעם חודש אלול זיינען פאראן צוויי רמזים: א) אני לדודי ודודי לי. און ב) איש לרעהו ומתנות לאביונים, וואס ביידע זיינען א ראשי-תיבות: אלו"ל,

אט די צוויי רמזים ווייזן ווי אזוי די הכנה פון אלול דארף זיין: קודם כל מוז זיין דער "אני לדודי" - יערער ייד דארף זיך אומקערן צום אויבערשטן מיט א געפיל פון תשובה. דאן מוז אט דער געפיל פארוואנדלט ווערן אין מעשים לפועל, און אויף דערויף ווייזט דער צווייטער רמז - איש לרעהו ומתנות לאביונים.

בכלל קומט א מענטש אין קאנטאקט מיט אנדערע מענטשן וועלכע זיינען מער-ווייניקער אין זעלבן מעמד ומצב ווי ער אליין. אזעלכע מענטשן רעכענען זיך אין דער מדרגה פן "רעהו" - גלייכע חברים. עם זיינען אבער פאראן מענטשן וועלכע שטייען אין א נידעריקערע מדרגה ווי ער - אין דער בחינה פון "אביונים" לגבי אים. דאס באציט זיך, נאטורלעך, סיי אין גייסטיקן און סיי אין מאטעריעלן זין. די שלימות'דיקע עבודה איז, ווען א ייד איז מקיים ביידע זאכן: סיי לרעהו און סיי לאביונים. דער עושה ומעשה בא וועמען עינו טובה בשל אחרים, איז מקיים ביידע בשלימות, ספעציעל ווען עס האנדלט זיך וועגן הילף פאר דער ארבעט פון מרכז לעניני חינוך.

ברגשי חוות וברכת השנה,

הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל