אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רפ
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב
ב"ה, י"ב מנהם אב תש"ז
כבוד הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה מוהר"י שי' הכהן
שלום וברכה!
זיכער ווייסט איר אז איך בין געווען איינציגע מאנאט אין יוראפ (= אייראפע) און איצט בין איך געקומען מיט מיין מוטער שליט"א, צוריק.
קומענדיק האב איך געטראפן ביי זיך אויפן טיש די רשימת שיחת כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א פון תשרי תש"ז, ווארשיינלעך אפגעגעבן פון אייך - דאנקע בעסטענס.
אייגענטלעך וואלט איך געוואלט דערמיט פארענדיקן מיין בריוו - אבער דער מצב פון מרכז לעניני חנוך ברענגט מיר צו שרייבן אויך דאס פאלגענדע:
דער פינאנציעלער צושטאנד פון מרכז לעניני חנוך איז זייער אן אנגעשטרענגטער, דערצו קומען נאך צו די אויסגאבן פארבונדן מיט אונזער וואקסענדער ארבעט אין יוראפ (= אייראפע) (חנוך און הדפסה) כאטש מען איז זייער אויסגערעכנט אין הוצאות. דאס נייט דעם מרכז ווענדן זיך צו אלע זייערע פריינד, בעטן זיי תיכף באצאלן אלע זייערע נדרים און נדבות פון עבר, און צו באשטייערן פון דאס ניי אויף להבא, וויפל זיי קענען, און נאך מער פון זייער יכולת.
רעכענענדיק אייך פון די נאענסטע פריינד פון מרכז לעניני חנוך, גייט צו אייך די ווענדונג, און איך בין זיכער אז זי וועט געפינען ביי אייך דעם ריכטיקן אפקלאנג אף אליין טאן תיכף כנ"ל און אויך זען אז אלע אויף וועמען נאר איר קענט האבן א ווירקונג זאלן אויך תיכף אזוי טאן.
איך ווייס אז איר האט פארשידענע טענות אויף דאס דערווייל אפלייגן, וויל איך פארענדיקן מיט א מאמר רז"ל פארבונדן מיט די טעג פון וועלכע מען איז שוין אוועקגעגאנגן:
חז"ל זאגן (בבא מציעא דף ל. עמוד ב) לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה. און אז מען טוט לפנים משורת הדין (דאס הייסט כאטש זיך ווייזט זיך אויס, אז על פי דין איז ער דערווייל פטור פון דעם) איז דאס מקרב די גאולה און בנין ירושלים. אין דער האפענונג הערן פון אייך גוטע נייעס,
ובברכת לאלתר לתשובה, לאלתר לגאולה,
הרב מנחם שניאורסאהן
אין א באזונדער פאקעט ארויסגעשיקט די נייעסטע אויסגאבע פון אוצר החסידים: ספר התולדות.