אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח ריא

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, א' אדר א', תש"ו
כבוד הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה
מוהר"י שי' הכהן, שיקגו,

שלום וברכה!

מיין בריוו פון ז' שבט האט איר זיכער באקומען. כ'האף אז איר וועט מיר אינגיכן אומקערן די רייד פון פסח וואס כ'האב אייך געליגן.

ווי איר געדענקט האט איר מיט מיר אמאל גערעדט וועגן אייער וואונטש צו באטייליקן זיך אין אייגע פון אונזערע דרוק-זאכן. עס האט זיך יעצט גראדע געמאכט א געלעגנהייט, און וועגן דעם שרייב איך עס צו אייך יעצט:

כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט ליינגער געגעבן א רשיון ארויסצוגעבן אין מימעאגראף פארם אין א באגרענצטע צאל א זאמלונג פון שיחות פון זיין פאטער דעם רבי'ן נ"ע. דער ספר דארף ענדע וואך פארטיק ווערן; ער וועט האלטן אן ערך 330 עמודים. אויף די הוצאות פון ארויסגעבן דעם דאזיקן ספר וועלכע וועלן באטרעפן ארום $1900, האבן מיר געהאט אזא חשבון: 2 שותפים צו $500, און די איבעריקע וועט מען ארויסנעמען פון פארקויף. איינער פון די צוויי שותפים האט שוין געגעבן זיינע $500 אויף דעם חשבון, אבער דער צווייטער האט זיך אין לעצטען מאמענט געפונען געצוואונגען צוריקצוציען זיך, ווייל ער קען ניט נעמען אויף זיך די התחייבות, ביי אזא געלעגנהייט וואלט איך אייך וועלן פארלאנגען צו ווערן דער צווייטער שותף אין העלפן ארויסגעבן דעם דאזיקן ספר. עם וואלס מיר ניט געארט ווען איר צאלט די סומע אויס צו $100 א חדש אין פינף חדשים.

וועגן דער גרויסקייט פון דער זאך האלט איך פאר איבעריק צו מאריך צו זיין פאר אייך. נאר איך וואלט אייך בעטן, אזוי ווי דער ספר דארף ענדע וואך זיין פארטיק, מיר מודיע צו זיין אייער החלטה גלייך בכל אופן.

צו פארענדיקן מיט א ווארט פון היינטיקער סדרה, פ' אלה המשפטים. די אלע דינים פון נאך מ"ת הויבן זיך אן מיט דעם דין פון עבד עברי – כי תקנה עבד עברי שש שנים יעבוד ובשביעית יצא לחפשי חנם. איז דאס זייער אומפארשטענדליך פארוואס עס הויבט זיך אן מיט אזא דין, בפרט, אז לויס דער גמרא (קדושין י"ד ע"ב) האנדלט זיך דא וועגן אן עבד וואס בית דין האט פארקויפט ווייל דער איד האט גע'גנב'עט און האט ניט געהאט צו באצאלן: ערשטנס אויב יא אנהויבן מיט דעם דין, האט זיך לאגיש פריער געדארפט אנהויבן מיט'ן דין פון גנבה, אז א גנב - שנים ישלם, און דערנאך אויב ער האט ניט איז ונמכר בגנבתו, און ערשט דאן דערציילן דעם דין פון א עבד עברי; צווייטנס איז בכלל מוקשה פארוואס די פרשה הויבט זיך אן מיט דינים פון תקלה – א) א איד גנב'עט, ב) האט ניט קיין נכסים מיט וואס צו באצאלן, ג) קיינער וויל אים ניט ארויסהעלפן ביז וואנעט בית דין מוז אים פארקויפן פאר א קנעכט אויף זעקס יאר.

נאר דער דאזיקער דין איז אן אפשפיגלונג און הוראה אויף דעם גאנצן ענין פון משפטים, וואס דער תכלית איז צו לערנען דעם מענטשן צו באצווינגען זיינע ניט גוטע נויגונגען און תאוות און פאריכטן דאס שלעכטע וואס ער האט געטאן פריער.

ווי קומט אבער א איד נאך מתן תורה צו ניט-גוטע רצונות און מעשים? נאר דאס דערקלערן רז"ל אין ברכות (כח ע"ב), ווייל דער ייד פארגעסט אמאל אז דער בעל-הבית – דער אויבערשטער – זעט וואס ער טוט, במילא רעכנט ער אז ער קען "אריינ'גנב'ענען". די עצה דערצו איז: דער עברי ווערט אן עבד ביים אויבערשטן, און דורך דעם וואס במשך פון שש שנים יעבוד – עבודה בתורה ומצוות – איז דאן ובשביעית – אין אלף השביעי – יצא לחפשי חנם, דאן וועלן מצוות זיין אויף אן אנדער אופן, ווי דער אלטער רבי דערקלערט דאס אין תורה אור אנהויב היינטיקער סדרה.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל