אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שפב

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, כ"ח תמוז, תש"ח

זייער געעהרטע פרוי ס. טאקער תחי'

ברכה ושלום.

אייער בריוו פון 15-טען איז אנגעקומען און מיך וואונדערט פאר וואס איר ענטפערט ניט אויף מיינע פראגעס וועגן דעם טאג פון יארצייט 1) פון סאניע הארענשטיין 2) איר מאנס יארצייט 3) ווי האט איר זיי געהאלפן 4) וואו זיינען זיי געווען, און די איבעריקע פראגעס.

דא איז אנגעקומען בריוו אז זיי זיינען נאר אלץ אנטלאפן צו די פארטיזאנען אין די וועלדער און זיי זיינען געווען אלע צוזאמען ניט באזונדער.

איך האף איר וועט ענטפערן אויף די אלע פראגעס.

דעם שפייז פאקעט האט איר שוין זיכער באקומען, פרייטאג האט מען אייך ארויסגעשיקט דורך לופט-פאסט דעם פעניסילין,

אין דערווארטונג פון אייער ענטפער.

פאר הרב שניאורסאהן
הרב א. קווינט סעקרעטאר