אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שעט
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב
ב"ה, ט"ו תמוז, תש"ח
צו דער אידישער קהלה אין ווארשא, פולין
שלום וברכה!
איך וועל אייך זייער דאנקבאר זיין אויב איר וועט מיר שרייבן פאלגענדע אינפארמאציע וועגן מיין שוועגערין און איר משפחה: א) דעם טאג פון יארצייט, ב) וואו אומגעקומען, ג) אונטער וועלכע אומשטענדן.
מיין שוועגערינס נאמען: שיינא (סאניא) הארענשטיין (געבארן (שנייאורסאהן).
איר מאן: מענדל הארענשטיין.
איר מאנ'ס מוטער: מוסיא הארענשטיין.
זייער לעצטער אדרעס אין אטוואצק: Otwock Cliniecka 4
אין דערווארטונג פון אייער באלדיקער אנטווארט און מיט דאנק
פארויס,
מענדל שניאורסאהן