אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שלב

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה ז' אדר א', תש"ח
כבוד הנדיב הנכבד הוו"ח אי"א חובב תורה ורודף צדקה,
העסקן הנעלה, כמר צבי אליעזר שי' בר' אברהם עביר
הלוי קרויזהאר

שלום וברכה!

איך נעם די געלעגנהייט אייך הערצליך צו באדאנקען אין נאמען פון "מורכז לעניני חנוך" פאר אייער ווירדיגע אונטערנעמונג און מיטהילף ארויסצוגעבן אין דרוק די סעריע ספרים-ענציקלאפעדיע באוואוסט אונטערן נאמען "שדי חמד" פון ר' חיים חזקי' מדיני, ז"ל.

גלייכצייטיק באשטעטיקן מיר די דערהאלטונג פון אייערע חשוב'ע ביישטייערונג - די ערשטע איינצאלונג אויף דער דאזיגער אונטערנעמונג. אן אפיציעלע קבלה איז דא בייגעלעגט.

דער דאזיגער ספר-ענציקלאפעדיע, וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט אייך אויסגעקליבן צו מזכה זיין מיט דעם אייביקן זכות המזכה את הרבים, איז א העכסט וויכטיגע ענציקלאפעדיע וועלכע אנטהאלט די פסקי דינים פאר דער אויפפירונג פון א יידן, א יחיד און א רבים, לויט די אחרונים און אחרוני אחרונים.

נאך פאר דער לעצטער מלחמה איז שוין דער ספר אויסגעגאנגען, און מ'האט אים אפגעדרוקט אין פוילן אין תרצ"ט-ת"ש, אבער צוזאמען מיט די מיליאנען קרבנות קדושים וועלכע זיינען אומגעקומען דורך די רוצחים י"ש, איז אויך דער ספר פארניכטעט געווארן, אזוי אז די נויטווענדיגקייט ווידער אויפצולעבן און אפדרוקן דעם דאזיגן יקר המציאות איז זייער א גרויסע.

גראדע יעצט לייענען מיר די סדרות וואו עס רעדט זיך וועגן בויען פון משכן, וואס אויף זיין ארט איז שפעטער געקומען דער בית המקדש. די שונאי ישראל האבן אונזער בית המקדש חרוב געמאכט, אבער זיי האבן געהאט די מאכט נאר אויף די עצים ואבנים - אויף די גשמיות'דיקע, מאטעריעלע זאכן; אויף די רוחניות'דיקע הייליגקייטן האבן די שונאים קיין שליטה ניט.

אזוי אויך מיט די מיליאנען יידישע לעבענס וועלכע זיינען אומגעקומען על קידוש השם און די הייליקע ספרים וועלכע זיינען פארניכטעט געווארן. נאר די גופים און דאס פאפיר זיינען פארניכטעט געווארן, אבער די נשמות און דער גייסט פון די ספרים זיינען אייביקע.

אבער א נשמה אן א גוף איז ניט דער תכלית פון דער וועלט, פונקט אזוי ווי א גוף אן א נשמה קען ניט עקזיסטירן. דורך דערציען א נייען דור אין גייסט פון אונזערע קדושים וטהורים, און דורך ווידער אפדרוקן און פארשפרייטן דעם גייסט פון די הייליקע ספרים, פארבינדט מען ווידער די אייביקע רוחניות אין גשמיות'דיגע גופים און לבושים.

דעריבער איז ניט צו משער זיין דעם גרויסן זכות וואס איר האט זיך איינגעשאפן דורך דערמעגליכן אונז אפצודרוקן און צו פארשפרייטן דעם דאזיקן וויכטיגן ספר-ענציקלאפעדיע.

ס'איז אויך ניט צו משער צו זיין דעם זכות פאר די נשמות פון די קדושים, די עלטערן פון אייער ווערטע פרוי מרת סאשע תחי', הקדושים ר אלעזר בר' נטע ומרת איטא בת מיכל שמסרו נפשם על קידוש השם,

דער זכות פון דער זאך זאל אייך מיט אייער פרוי ביישטיין בגשמיות וברוחניות, אייער נסיעה זאל זיין בהצלחה, און עס זאלן מקוים ווערן די ברכות וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט אייך געגעבן.

בברכת כט"ס.

הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל