אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שמד

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה י"א אדר שני, תש"ח
ז.ג. ה' אלכסנדר שי' הכהן

שלום וברכה!

לכבוד דעם יום-טוב פורים שיק איך אייך אין נאמען פון מרכז לעניני חינוך און אין מיין אייגענעם נאמען וואונטשן אויף א פרייליכן פורים.

איך לייג דא ביי דעם מאמר וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט ארויסגעגעבן אויף פורים, ווי אויך קאפיעס פון מיינע בריוו צו אונזערע פריינד ה' סטולמאן און ה' לעסער יחיו.

די גמרא (ב"ב ט, א) זאגט, גדול המעשה יותר מן העושה, דאס הייסט, ווי גרויס די פארדינסטן פון די וועלכע שטיצן מיט זייער געלט זיינען, נאך גרעסער זיינען די פארדינסטן פון דעם וועלכער האט זיי מקרב געווען און געבראכט צו דעם אז זיי זאלן טאן אט די גוטע טאטן.

און יעדעס מאל ווען מיר טראכטן וועגן דער וויכטיקער הילף וועלכע אונזערע פריינד האבן געלייסטעט צום מרכז לעניני חינוך דורך אייער מיטהילף, און פילן א דאנקבארקייט צו זיי, פיל גרעסער איז אונזער דאנקבארקייט צו אייך, אלס מעשה, וועלכער האט זיי מקרב געווען צו אידישקייט בכלל און צו דער ארבעט פון מל"ח בפרט.

איך האף, אז איר וועט אייער נוטע ארבעט פארזעצן און זען צו משפיע זיין אויף אונזערע גוטע פריינד צו מאכן נאך גרעסערע אנשטרענגונגען צו העלפן דורכפירן די פראגראם פון מל"ח, וועלכע האלט זיך אין פארגרעסערן, און מוז כסדר פארגרעסערן זיך, און שוין היינט זיינען די מינימאלסטע באדערפנישן פון מל"ח פיל גרעסער ווי די מאקסימאלע באדערפנישן מיט א פאר יאר צוריק.

מיט א הערצליכן גרוס און די בעסטע וואונטשן לפורים שמח וטוב לב צו אייך און אלע אייערע יחיו.

הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל