אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רנח

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה יום ה' כ"ו כסלו, תש"ז.
כבוד הוו"ח אי"א נכבד ונעלה מו"מ באמונה
מהור"י שי' כ"ץ

שלום וברכה!

לויט אייער בריוו האט מען אייך ארויסגעשיקט די ספרי המאמרים אויך אין אפזונדער פאקעט, די שיחה פון יו"ד כסלו און חנוכה- סטארי, זיכער האט איר אלעס צייטיג דערהאלטן.

וויסנדיג אייער רצון דורכלערנען די שיחות פון סוכות וואס איר זייט בייגעווען, לייג איך דא ביי מיין עקזעמפלאר - ווי איר וועט זען, איז דאס ניט-מוגה'דיג, ניט וויסנדיג ווען די הגהה וועט זיין, וויל איך אבער ניט אפהאלטן ביז דאן - זיכער וועט איר עס מיר אפשיקן בהקדם האפשרי.

געלויבט אז זייערע נדבות אויפן משכן האבן זיי אפגעגעבן פאר צוויי טעג: יא-יב תשוי, אין פלוג וואס איז געווען דער נוצן דערפון אז דערנאך האט מען כלל ניט געהיילט מיט אויפשטעלן דעם משכן? נאר דערפון איז צו לערנען א) אויף וויפל זריזות איז טייער, ב) אז יעדער אנשטרענגונג פון א אידען אין א דבר מצוה ברענגט אירע פירות אויב אפילו לשעה מערקט זיך עס ניט.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.