אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רב
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב
ב"ה י"ב כסלו, תש"ו
ברוקלין, נ. י.
הנכבד והנעלה אי"א מר צדוק ריווקין שי'
לאורך ימים טובים.
שלום וברכה!
מיט שמחה ווילן מיר אייך אנזאגן, אז ניט געקוקט אויף די גרויסע שוועריקייטן וואס עס זיינען געווען די לעצטע צייט אין צוזאמענהאנג מיט דעם שטרייק, די אומעגלעכקייט צו באקומען פאפיר א.א.וו., איז אונז דאך געלונגען אפצודרוקן די סידורים פאר אונזערע ברידער אין אייראפע, אין וואס איר האט גענומען אנטייל דורך נעמען אויף זיך די קאסטן פון דער ערשטער אויסגאבע.
אין א באזונדער פּאקעט (= פּאקונג) האבן מיר אייך געשיקט איינציגע סדורים און די טעג גייט אוועק די ערשטע פארטיי סדורים צו די יידישע לאגערן אין אייראפע.
עס איז איבעריק צו מאריך זיין וועגן דער גרויסער מצוה וואס איר האט געטאן דורך לאזן אפדרוקן סדורים פאר אונזערע מארטירערס ברידער. שטעלט זיך נאר פאר אז איינציגע מאל א טאג - צום דאווענען, עסן, זאגן ברכות וכו' - וועלען זיי זיך באנוצן מיט דעם סדור און דערביי טראכטן אז זיי דארפן דאנקען א יידן צדוק ריווקין אין ווייטן ניו-יארק, וואס ער האט זיי געגעבן די מעגליכקייט צו דאווענען און מתפלל זיין פארן אויבערשטן לויט ווי זיי, זייערע עלטערן און זיידעס זיינען געוואוינט געווען (א חוץ דעם וואס אין מערערע ערטער לערנט מען אויך אין חדרים פון סדורים מיט צענדליקער קינדער).
די גמרא (בבא קמא צב, עמוד ב) טייטש דעם פסוק (שמות כג, כה) ועבדתם את ד' אלקיכם, איר זאלט דינען דעם אויבערשטן, אז דאס הייסט דינען דורך דאווענען, דורך קריאת שמע און תפלה.
מיר ווינטשן אייך, אז אין דער זכות וואס איר האט געגעבען טויזענטער אידען די מעגלעכקייק זאל אייך ביישטיין אז ביי אייך זאל מקוים ווערען די פארזעצונג פון דעם דערמאנטן פסוק: וברך את לחמך ואת מימיך והסירותי מחלה מקרבך גו' את מספר ימיך אמלא - איר זאלט זיין געזונד און האבן א גליקלעכן עלטער מיט אן אריכות ימים ושנים טובות.
הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל