אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שכב

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, כ"ב טבת, תש"ח
ז.ג. ה' ד.ל. מעקלער שי'

שלום וברכה!

איך האב געהערט אז איר זייט שוין געקומען צוריק פון אייער רייזע אין אייראפע, און איך האף אז זי איז געווען ערפאלגרייך אין יעדער הינזיכט.

עס פרייט מיר צו שיקן אייך א קאפיע פון ספר הזכרונות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א. אויב איר ווילס באקומען נאך קאפיעס וועלן מיר גערן צושיקן אייך,

א פאר ווערטער וועגן דער באדייטונג פון די זכורונת.

אין תורה איז דאך יעדער פרט פון גרויס וויכטיקייט, אויך אפילו דער סדר פון תורה לערנט אונז פיל.

תורה איז לשון הוראה, ד.ה. תורה איז ניט קיין מעשה בוך, נאר א בוך וואס לערנט. דער סדר פון תורה איז, אז פריער קומט ספר בראשית, און ערשט דערנאך שמות, ויקרא, א.ז.וו. דער גרונט דערפאר איז ניט נאר דאס וואס אזוי איז געווען דער כראנאלאגישער גאנג פון די דערציילטע פאסירונגען, א גענוגענדע סיבה פאר א געשיכטע בוך, ניט פאר א בוך, א וועג-ווייזער אין לעבן.

נאר אויך, און אפשר דער עיקר, דערפאר וואס אזוי דארף זיין דער דרך פון לערנען א סדר החיים צו א יחיד, א כלל, א גאנצן פאלק.

דער אנהויב פון אזא לערנען איז ניט די דערקלערונג פון מצוות עשה און מצוות לא תעשה, נאר די דערציילונג און פארשטעלונג פון א לעבעדיקן ביישפיל פון יחידים, אדער גאנצע דורות, עלטערן, קרובים אדער סתם מענטשן וואס האבן געלעבט דעם געוואונטשענעם סדר החיים, וואס זיי האבן, אזוי צוזאגן, "דורכגעטראטן דעם וועג", באוויזן באשיינפערלעך ווי אזוי מ'דארף דורכלעבן דעם לעבן, און ווי אזוי מ'קען בייקומען פארשידענע שטערונגען וואס קומען פאר, און - אז נאר דאס איז דער ריכטיקער וועג אין לעבן.

און ערשט נאכדעם קומען די אנזאגונגען: קום עשה, שב ואל תעשה - אלס מסקנא און כמעט זעלבסטפארשטענדליכקייט פון די פריער דערציילטע לעבנס געשיכטעס.

על דרך זה איז דער עיקר באדייטונג פון די זכרונות.

אלס הויפט צוועק איז ניט געמיינט - ווי וויכטיק דאס זאל ניט זיין - דערציילן דעם לעבנסגאנג פון פלוני ופלוני, כדי מ'זאל וויסן די געשיכטע פון יענע דורות, אדער פערזענליכקייטן.

דער הויפט צוועק איז צו באווייזן אונז א לעבעדיקן ביישפיל ווי א איד - א רב, א לערנער, א סוחר, א בעל מלאכה, א בעטלער - יעדער פון זיי אין זיין הינזיכט א גרויסער ייד, זיינען דורכגעגאנגען זייער לעבן,

און דאס זאל אונז אנווייזן דעם ריכטיקן וועג אין אונזערע צייטן, און אויך לייכטער מאכן די איבערווענדונג פון די שוועריקייטן וואס זיינען פארבונדן מיט גיין אין אזא וועג,

כ'פארענדיק מיט נאכאמאל אויסדריקן א הערצליכן יישר כח פאר אייער גרויסן בייטראג צו דער דאזיקער וויכטיקער אויסגאבע, מיט אכטונג און גרוס.

הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל