ימים נוראים אלמאנאך שמועסן וועגן תשובה
שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים
שמועסן וועגן תשובה
פון ר' אלכסנדר זושא פרידמאן ז"ל
דאס איז ידוע, אז א מצוה, דארף מען טאן מיט שמחה; אז וואס מער פרייד מ'האט בעת מען טוט א מצוה אלץ מער שלימות'דיג איז זי. און דאס איז אויר ידוע, אז דער עיקר פון תשובה איז דאס צעבראכענקייט און מרירות פונעם איד אויף זיינע באגאנגענע חטאים? אז וואס מער דאס הארץ איז צעבראכן און צעשטויסן, אלץ מער שלימדת'דיג איז די תשובה. היינט-זשע, ווי אזוי קאן מען מקיים זיין די מצוה, פון תשובה מיט דער געהעריגער שמחה?
נאר א משל, צו וואס איז די זאך גלייך? צו א קראנקן מענטשן, וואס דער דאקטאר היילט אים און טוט אים ביים היילן אן גרויסע יסורים. איז כאטש עס טוט דאך שטארק וויי, איז אבער דער חולה אינערלעך צופרידן און בשמחה, וואס דורך די דאזיגע יסורים ווערט ער געהיילט פון דער קרענק. די יסורים מיט דער שמחה זיינען דעמאלט גארנישט סתירה'דיג, נאר אדרבא, די יסורים, ווייל זיי ברענגען די רפואה, זיינען זיי ממילא גורם שמחה. דאס אייגעגע איז אויך ביים בעל תשובה. טאקע דאס מרירות און שברון הלב זיינען גלייכצייטיג א סיבה צד דער שמחה של מצוה, ווייל זיי רייניגן דאך דאס נפש און ברענגען א רפואה פאר דער נשמה.
און דאס איז דער מיין פון די דריי תמיד'ס:
שויתי ה', לנגדי תמיד - וחטאתי נגדי תמיד - וטוב לב משתה תמיד.
דורך דער אמונה אין דער תמידיות'דיגער השגחה קומט מען צו דער שטענדיגער חרטה אויף די באגאנגענע חטאים, דאס הייסט, צו דער ריכטיגער תשובה, און דורך דער אמת'ער תשובה קומט די שטענדיגע שמחה.
שמע-מינה, דערפון איז געדרונגען, אז א תשובה וואס ברענגט נאך זיך עצבות איז נישט קיין שלימדת'דיגע תשובה, און דאס איז דער סוד פון וגילו ברעדה – פרייט זיך אין ציטערניש...
דער עיקר עונש פארן זינדיגן מענטשן קומט נישט פאר דעם וואס ער האט געזינדיגט. דערויף איז מען דאך נאר א מענטש, א בשר ודם, וואס מאכט פעלערן און קען נישט אויסמיידן קיין זינד, נאר דער עיקר קומט די שטראף פאר דעם, וואס ערי האט נישט תשובה געטאן אויף די זינד. אט דאס נישט אויסנוצן דאס תשובה-מיטעל איז א גרעסערער חטא ווי דער חטא אליין...
א משל, צו וואס איז די זאך גלייך? צו א חברה פארברעכער, רואם זיינען געזעסען פארשפּארט אין א שווערער תפיסה. האבן עטלעכע פון זיי זיך מיישב געווען, עס איז דאך נישט קיץ תכלית שטענדיג צו ליגן אין פינסטערן תפיסה-גרוב. האבן זיי אנגעהויבן אונטערצוגראבן א וואנט, ביז זיי האבן אדורכגעלעכערט, געמאכט א שטיקל עפענונג און זיך ארויסבאקומן פון חשכות. איז אבער געבליבן איינער, וואס האט זיך געפוילט אנצושטרענגען און ארויסצוקריכן דורך דער עפענונג.
דערווייל איז אנגעקומען דעד תפיסה-אויפזעער. האט ער אויף אים א געשריי געגעבן: - דו נארישער שליממזל! ביסט דאך ערשט ווערט די ריכטיגע תפיסה. דו האסט געהאט א געלעגענהייט ניצול צו ווערן פון גרוב און דו האסט זיך געפוילט...
אזא שטייגער שליממזל איז אויך דער מענטש, וואס ראטעוועט זיך נישט פון זיינע חטאים-קייטן דודך דעם תשובה-פענסטערל, וואס השם יתברך אליין מיט זיינע גרויסע חסדים האט פאר אים געעפענט. און פאר דעם איז עד ווערט דעם שווערסטן עונש.
צום רוצח וואס האט דערמארדעט א מענטשען בשוגג זאגט די תורה: און איך וועל פאר דיר מאכען אן ארט, וואו דו זאלסט דארט אהין אנטלויפן.
משמעות, אז דאס ארט וואס ער מאכט זיך אליין, איז גאר נישט קיין מקום מקלט, דארט קאן ער נישט ניצול ווערן.
ווייל דאס איז דער סוד פון תשובה. אויב דער זינדיגער איז ביי זיך אזוי צעבראכן און פארביטערט, אז ער קאן זיך נעבעך קיין ארט נישט געפינען; דאס געוויסן פּייניגט אים אזוי, אז ער קאן זיך נעבעך שוין גאר נישט קיץ עצה געבן – דעמאלט איז עס די אמת'ע תשובה, און מען מאכט אים פון הימל אן ארט, וואו ער זאל קאנען אהין אנטלויפן און זיך ראטעווען. כל זמן אבער דער חוטא האט נאך פאר זיך יא אן ארט; ער געפינט נאך פאר זיך תירוצים, בארעכטיגונגען און ארויסדרייענישן. עד מאכט זיך נאך א ביסל גערעכט - איז עס גאר נישט, האט ער טאקע קיין ארט נישט.
ווען דער שר פון אדום מיינט, אז ער קאן זיך מציל זיין אין זיין אייגענער פעסטונג פץ זיין בצרה, - ווערט ער ערשט געוואויר, אז ס'איז גאר נישט קיין עיר מקלט און דארט דערגרייכט אים גאט'ס שטראף.
אמאל זיינען געווען פאר די זינדיגע זעקס ערי מקלט, און נעבן זיי נאך אכט און פערציג שטעט, וואס האבן זיי קולט געווען.
וואס זיינען היינט די דאזיגע ערי מקלט?
די זעקס ווערטער:
שמע ישראל, ה, אלקינו, ה, אחד!
און נעבן זיי נאך אכט און פערציגן דאס זיינען די אכט און פערציג ווערטער פון דער ערשטער פרשה פון קריאת־שמע, פון ברוך שם כבוד מלכותו ביז ובשעריך.
אויב דער חוטא לויפט אין זיי אריין און איז מקבל אויף זיך דעם עול מלכות שמים, ווערט ער געראטעוועט.
טיילמאל קאן מען זיך מתוודה זיין א גאנצן טאג - און קלאפּן זיך כסדר אין הארץ אריין, און די תשובה איז דאך קיין תשובה נישט, ווייל זי קומט נישט מעומק הלב: עס איז נישטא די אמת'ע חרטה און צעבראכענקייט. טיילמאל אבער איז גענוג א ווידוי פון איין ווארט אז די תשובה זאל ווערן אנגענומען, ווייל דאס אייגע ווארט איז אזוי אויפריכטיג און טיף, אז עס שפּאלט אלע הימלען.
ווען נתן הנביא זאגט מוסר דעם הייליגן דוד המלך פאר זיין באגאנגענעם פעלער, ווערט דוד אזוי פול מיט חרטה און צעבראכענקייט, אז ער הויבט תיכף אן צו זאגן ווידוי: חטאתי, עויתי, פשעתי. אבער ווי ער זאגט נאר דאס ערשטע ווארט: חטאתי, האקט אים נתן הנביא איבער אין מיטן די רייד; ער לאזט אים שוין ווייטער נישט זאגן, ווייל: ה' העביר חטאתך - גאט האט שוין דיין זינד אוועקגענומען.
אין דעם איינעם ווארט חטאתי האט דער גרויסער בעל תשובה אריינגעלייגט אזוי פיל חרטה, אזוי פיל מסירת נפש און שבירת הלב, אז מ'האט שוין מער נישט געדארפט. דעריבער זאגט ער אין תהלים: חטאתי אודיעך, ועוני לא כסיתי, אמרתי אודה עלי פשעי - איך האב געזאגט חטאתי און געוואלט אויך זאגן עויתי און פשעתי, אבער ואתה נשאת עון חטאתי סלה - דו האסט מיר מוחל געווען באלד נאכן ארויסזאגן דעם חטאתי.
טאקע איין ווארט, אבער אריינגעלייגט דערין דאס גאנצע הארץ...
מיט וואס קאן זיך דער בעל־תשובה דאד מחזק זיין, אז ער זאל נישט אריינפאלען אין יאוש, אין עצבות? ערשט נעכטן האט ער דאך אזוי פיל געזינדיגט, אזוי פיל מורד געווען, אזוי ווייט געווען, ווי אזוי קאן מען דאס אזוי לייכט פארגעסען?
איז די עצה גאר א פשוט'ע: דער בעל-תשובה דארף זיך באטראכטן אינגאנצן פאר אן אנדערן מענטשען. ער איז א ניי-געבוירענער, גאר נישט דער אייגענער וואס נעכטן. ממילא האט ער דאך גאר נישט געזינדיגט. ס'איז גאר געווען לגמרי אן אנדערער ראובן, נישט דער היינטיגער ראובן. היינט וואס גייט עס אים אן, וואס א געוויסער ראובן האט אמאל געטאן, אז צו אים האט עם גאר קיין שייכות נישט.
און דעריבער האט משה רבינו געקאנט אזוי שארף זאגן וועגן קרח'ן און זיין עדה: אם כמות כל האדם ימותון אלה לא ה' שלחני — אויב זיי וועלן שטארבן ווי אלע מענטשן, איז ער גאר נישט געווען גאט'ס שליח.
פארוואס האט משה נישט געקלערט, טאמער וועלן זיי אין איין מינוט תשובה טאן, שטעלט ער דאך איין זיין גאנץ שליחות, די גאנצע תורה חלילה? ווייל אויב זיי וועלן תשובה טאן, וועלן זיי שוין נישט זיין אלה - די דאזיגע, איצטיגע מענטשן. עס וועלן זיין אנדערע, ניי-געבוירענע, וואס האבן מיט די דאזיגע קיין שייכות נישט.
און אין דעם מצב פון אלה - פון איצט, קענען זיי טאקע נישט שטארבן ווי אלע מענטשן.
די אמת'ע תשובה ווירקט נישט בלויז אויפן בעל-תשובה אליין, נאר איז אויך משפיע אויף זיינע קינדער, אז זיי זאלן צוריק דערנענטערט ווערען? אז זיי זאלן זיך כאפּן צו די דרכים פון טאטן.
און דאס איז די כוונה פון דער תורה ווען זי זאגט: ומל ה' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך – און גאט וועט אפּשניידן די פארשטאפּונג פון דיין הארץ און פונעם הארץ פון דיינע קינדער.
אז די תורה רעדט צו יעדן איד אין יעדן דור, וואס דארף זי זאגן וועגן די קינדער; צו די קינדער רעדט זי דאך באזונדער? נאר ס'איז געמיינט, אז די אמת'ע תשובה פון א איד האט א השפעה אויף זיינע קינדער, אז זיי זאלן אויך ווערן בעלי-תשובה - און דאס איז דער סימן, אז די תשובה איז געווען אן אמת'ע.