ימים נוראים אלמאנאך דער מוסר השכל פון דער סוכה
שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים
פון הרב ד"ר יצחק לעווין, דער זון פון הגאון ר' אהרן לעווין ז"ל.
ווען אידן זיינען ארויס פון מצרים, האבן נסים פאסירט יעדן טאג. מיט נסים האבן זיי באזיגט די שונאים: צוערשט האט דער ים זיך געשפאלטן און פרעה איז איינגעזונקען געווארען צוזאמען מיט זיין גאנצער ארמיי. דאן איז ארויס עמלק אין קאמף מיטן באפרייטן ישראל-פאלק, האט משה געהויבן זיינע הענט צום הימל און דער מעכטיגער שונא האט פארשפילט די מלחמה. נישט קיין קלענערע נסים האבן זיי געטראפן אין טאג-טעגליכן לעבן. דריי טעג נאך קריעת ים-סוף האט פארפעלט געטראנק אין דער מדבר; עס איז געווען נאר ביטער וואסער און א שרעקלעכער דארשט האט געפייניגט די אידן. האט משה גענומען א שטיק האלץ און אריינגעווארפן אין ביטערן וואסער, איז עס תיכף זיס געווארן. באלד איז געקומען א הונגער און די אידן האבן אנגעהויבן מיט בענקשאפט צו דערמאנען די מצרישע פלייש-טעפּ. האט ווידער פּאסירט א געוואלטיגער נס: עס איז אראפגעפאלן דער מן פון הימל, וואס האט געהאט אין זיך אלע טעמים. דאן זיינען אראפגעפלויגן פון הימל וואונדערבארע פעטע עופות (דער שליו), האבן זיי שוין געהאט גענוג פלייש. און ווען עס האט ווייטער פארפעלט וואסער, האט משה געשלאגן דעם פעלז, איז געווארן א שפע מיט וואסער.
הקיצור: נסים, נסים, נסים!
נאר בנוגע צו איין פרט האט זיך געפירט עפּעס אן נסים: ביים וואוינען אין דער מדבר. אויך דא האט, פארשטייט זיך, געקענט פּאסירן א נס: פרעכטיגע פּאלאצן האבן געקענט אראפּפאלן פון הימל, וואו די רייכע אידן (און אלע אידן זיינען דאן געווען רייך, ווייל זיי זיינען דאך נישט ארויס מיט קיין ליידיגע הענט פון מצרים) האבן געקענט באקוועם און אנגענעם פארברענגען די צייט. אין די פּאלאצן האבן געקענט זיין גין-גאלדענע כלים, ווייכע געלעגער און סאמעטענע פאטעלען. ווען אט דער נס וואלט פּאסירט, וואלט מען געווען געקענט לעבן א ריכטיגן גוטן טאג. אבער דאס איז ניט געשען.
בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים (ויקרא בג, מג). אין קליינע געצעלטן, אין די פּרימיטיווסטע דירה'לעך זיינען אידן דורך די פערציג מדבר יארן געזעסן, אן לוקסוס, אן וועלכע באקוועמלעכקייטן. מען איז אפשר אין דער סוכה געשלאפן אויף דער נאקעטער ערד אדער, אין בעסטן פאל, אויף א פאר גיך צוזאמענגעשלאגענע ברעטער. ווער ווייסט, צי מען האט מיט עפּעס פארצירט די ווענט.
אלץ איז געווען ארעם ביז גאר.
האט זיך אזוי ארום געשאפן אזא מין מאדנע לאגע: אין דער מדבר איז די אידן געווארן סערווירט די בעסטע שפּייז פון הימל, דעד גן-עדנ'דיגער מן מיט די פעטע הינדלעך. פערעל און דיאמאנטן פון דער ביזת מצרים האבן אויסגעפולט די קעשעגעס. גאלד איז געווען אין די טשעמאדאנען לרוב - אבער קיין דירה איז ניט געווען.
וואס עפּעס? צוליב וועלכער סיבה איז די וואוינונגס־פראגע אין דער מדבר אזוי דערליידיגט געווארן ן היד ה' תקצר?
גרויסע אידישע דענקער האבן שוין פּרובירט צו דערגיין דעם סוד פון דער סוכה און ארויסצוציען דעם געהעריגן מוסר-השכל פון איר.
אין דער גמרא (סוכה יא) האט א מאן דאמר באהויפּט, אז די סוכה איז געווען פון די ענני הכבוד, דאס הייסט, אז אויך דא איז פארגעקומען א נס. אבער ניט אלע האלטן אזוי. און דער עיקר פאר אונז: אויב די סוכה אין דער מדבר איז טאקע געווען פון די ענני הכבוד און ניט קיין סוכה ממש - טא פארוואס זיצן מיר היינט אין א סוכה ממש?
בסוכות תשבו שבעת ימים. כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, למען ידעו דורותיכם, כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים - זאגט די תורה (אין פרשת אמור). מיר דארפן זיצן אין פּונקט אזא סוכה ווי די אידן, וואס זיינען געווען אין דער מדבר. אויב זיי זיינען געזעסן אין די ענני הכבוד, וואלטן מיר אויך געדארפט זיצן אזוי. און, דוכט זיך, אז מיר זיצן נישט אין קיין ענני הכבוד. אונזער סוכה איז זיכער א - סוכה ממש...
דער רמב"ם זאגט אין מורה נבוכים (חלק שלישי, פרק מג), אז מיר דארפן ארויסגיין פון אונזערע הייזער און פארברענגען א וואך צייט אין דער סוכה - ווי עס טוען די פאר'צער'טע מדבר-איינוואוינער - כדי צו געדענקען יענע צייט, ווען אידן זייגען געווען אין דער מדבר און געזעסן אין סוכות. זיי האבן שפּעטער פארלאזט די סוכות און געפונען א ריכטיגע היים צוליבן חסד פון השם-יתברך, און דעם זכות פון די הייליגע אבות. אזא באטראכטונג וועט זיכער פירן צום פאראיידעלן פון די אייגענע מעשים. אן א ספק. אבער אויב אזוי, זיינען די מדבר-סוכות ניט געווען מער ווי סוכות ממש און עס פרעגט זיך ווייטער: פארוואס האט אויך דא ניט פּאסירט קיין נס?
זייער אריגינעל דערקלערט דעם ענין פון דער סוכה אן אנדערער גרויסער אידישער דענקער, דער רשב"ם. אין זיין פּירוש אויף תורה (ויקרא, פרשת אמור) האלט ער אויך, אז די סוכה אין דער מדבר איז געווען א סוכה ממש. דווקא אין א צייט - זאגט דער רשב"ם - ווען די תבואה איז געווארן צוזאמענגענומען פון די פעלדער און עס איז פאראן כל טוב ביי יעדן איינעם, דארף מען ארויסגיין פון שטוב, כדי זיך צו דערמאנען, אז געווען אמאל א צייט, ווען עס איז נישט געווען קיין הייזער און קיין נחלות. זאלן אידן ניט קלערן, אז כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה. זאלן זיי דאנקען גאט, ווען ער בענטשט זיי מיט כל טוב!
א וואונדערבארער געדאנק. אבער אויב אזוי, דאן האבן די אידן, וואס זיינען ארויסגעגאנגען פון מצרים, געליטן צוליב אונז, צוליב די שפּעטערדיגע אידישע דורות. כדי מיר זאלן תמיד וויסן, אז אלץ, וואס מיר האבן, שטאמט פון הקדוש-ברוך-הוא, און נישט אונזער אייגענער כח ברענגט אונז די מאטעריעלע דערפאלגן, האבן די אידען אין דער מדבר געמוזט זיצן פערציג יאר לאנג אין סוכות... וואס פאר א רחמנות אויף זיי! ווען נישט מיר - וואלטן זיי געווען געוואוינט אין פּאלאצן, וואס פּאסן זיך צום מן און צום שליו. צוליב זייערע אייניקלעך האבן זיי געמוזט עסן די גן-עדנידיגע מאכלים אין אזעלכע ארימע סוכה'לעך... כדי אונז צו געבן א מוסר-השכל האבן זיי זיך פערציג יאר דורכאנאנד אזוי געמוטשעט.
דער רשב"ם דערמאנט נאך די מעכטיגע, דונערנדע ווערטער פון דער תורה אין פרשת עקב, וואו עס שטייט, אז אידן וועלן געדענקען דעם וועג, וואס גאט האט זיי געפירט דורך פערציג יאר, כדי זיי צו פּרואוון. זיי האבן געגעסן דעם מן און ניט געוואוסט פון קיין שלעכטס. גאט ברענגט זיי אין א וואונדערבארן לאנד, וואס איז געבענטשט מיט אלעס גוטן. דארט וועלן זיי בויען הייזער אץ פארמאגן רינדער און שאף און גאלד און זילבער, קענען זיי נאך פארגעסן אין גאט און קלערן ביי זיך: כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה. זאגט מען זיי אן: וזכרת את ה' אלקיך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל!
א געלונגענער טרעפלעכער פארגלייך. אבער דער כאראקטער פון די מדבד'שע סוכות ווערט דורכדעם ניט פארענדערט. די תורה, אין פרשת עקב, דערמאנט די סוכה ניט צווישן די פארשידענע פּאסירונגען פון דער מדבר. בשעת זי רופט צו געדענקען דעם וועג (וזכרת את כל הדרך). און לויט יענעם המשך פון די געדאנקען וואלט דאך שטארקער געווען די באטאנונג, אז אלץ שטאמט פון גאט. ווען מען קען זאגן:
- אין דער מדבר זייט איר, דורך א נס. געווען אין פרעכטיגע פּאלאצן, וואס גאט האט אייך געשיקט צזאמען מיטן מן. איר האט די נישט געבויט. דעריבער, ווען איר וועט קומען אין אייעד לאנד און בויען הייזער. געדענקט גוט, אז אלץ שטאמט פון גאט, וואס שיקט אייך זיין ברכה, כדי צו דערהאלטן דעם בונה וואס איז געשלאסן געווארן צווישן אים און אייערע אבות...
ווען מיר פארטראכטן זיך אביסל איבער דעם מדבר-לעבן פון אידישן פאלק און איבער דעם, ווי די אידן נאכן ארויסגיין פון דער מדבר האבן געבויט זייער היים אין ארץ־ישראל, ווערט קלאר אז אזוי און ניט אנדערש האט באמת געדארפט זיין.
ווען די פון מן געזעטיגטע אידען וואלטן אין איין שיינעם מארגן דערזען פאר זיך אין דער מדבר גאנצע גאסן מיט הייזער מיט גרויסע און לוקסוריעזע אפּארטאמענטן. וואלט דאס זיי זיכער שטארק הנאה געטאן. זיי וואלטן זיך ממש מחיה געווען. וויל דאס וואלט שוין געווען אמאל א לעבן: מן. שליו און א שיין הויז דערצו - וואס נאך וואלט זיי געפעלט?
אבער ווען זיי וואלטן געקומען שפּעטער קיין ארץ-ישראל און געמוזט האבן בערג מיט שטיינער גראבן ליים און ברענען ציגעל. כדי אופצובויען א הויז, כדי אליין אויפצובויען א הויז. וואו מען קען געפינען שוץ פאר קעלט אץ היץ - ווי שווער וואלט זיי דאס געטראפן! ערשט געהאט אזעלכע פּרעכטיגע פּאלאצען, וואס הימלישע ארכיטעקטן האבּן פּלאנירט אץ אויסגעפארטיגט, און דא גיי און האק שטיינער און ארבעט אין שווייס פון אנגעזיכט בלויז כדי צו פארשאפן זיך דאס מאטעריאל מאד א הייזקע!
גיי זוך א טיש און א בעט און א פּאר שטולן, כדי זיי אריינצושטעלן אין הויז, בשעת ערשט מיט א וואך צוריק האט מען זיך באקוועם צעלייגט אין די הימלישע פאטעלען . אויף אזא נסיון האט מען אידן ניט געקעגט אויסשטעלן. ניין, עס איז פיל בעסער געווען צו לאזן די זיך אויסמוטשן אין די סוכות פון דער מדבר, כדי די זאלן דערנאך מיט מער חשק אויפבויען זייערע הייזער אין ארץ ישראל. ווי ליב האבן זיי דאן באקומען זייערע הייזער אין הייליגען לאנד! דאס ערגסטע הויז און דאך נאך טויזנט מאל בעסער און באקוועמער ווי א סוכה, ווייל עס בלאזט ניט אין הויז דער ווינטערדיגער ווינט און עס קומט ניט אריין די זומערדיגע היץ.
אט איז דער געוואלטיג-גרויסער נוצן פון דער סוכה פארן דור המדבר: זי האט אים געלערנט פּראקטיש צו שעצן דעם ווערט פון ארבעט. זי, די קליינע ארעמע סוכה, האט די אידן געלערנט ליב צו האבן די בתים טובים, וואס זיי האבן אויפגעבויט אין ארץ-ישראל.
און אט איז דער מוסר-השכל פון דער סוכה:
זוך ניט קיץ פּאלאצן, וואס אנדערע וועלן פאר דיר אויפשטעלן. ניין, וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה! גאט'ס ברכה וועט קומען ווען: אשר תעשה - דו וועסט אליין ארבעטן!...