ימים נוראים אלמאנאך צוריק צו תורה

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


צוריק צו תורה

(אויסצויגן פון דער התעוררות-דרשה ביי דער נעילה פון דער דריטער כנסיה הגדולה, אלול תרצ״ז.)

פון הגאון ר' מנחם זעמבא ז"ל

רבי מנחם זעמבא תרמ"ג - תש"א

בואו חשבון, בואו ונחשוב חשבונו של עולם וכו', אש יצאה מחשבון – ותצא אש ממחשבין ותאכל את שאינם מחשבין (ב"ב ע"ח). אט דעם דאזיגן "אש פון חשבון דארפן מיר ממשיך זיין מיטן גאנצן כח און צו ארבעטן דערויף אז דער דאזיגער פלאם זאל זיך קיינמאל ניט אויסלעשן, ווי עס שטייט: אש תמיד תוקד... לא תכבה.

אזוי שטייט אויך ביי אברהם אבינו ויקח בידו את האש, ער האט גענומען אין האנט דאס פייער - דאס הייליגע פייער וואס האט געברענט אין זיין הארץ צו השם יתברך, האט ער גענומען אין זיין האנט און אין זיין רשות, צו באנוצן עס אין עולם המעשה, צו פּראקטיצירן אין טעגלעכע מעשים פאר כבוד ה' ותורתו. דאס הייסט ויקח בידו את האש.

עס זיינען באקאנט די רייד פון מגן אברהם אין דין פון התעוררות לתשובה, וואו ער זאגט: והעיקר להורות העם את המעשה אשר יעשו!. עס זיינען ניט גענוג די גוטע מחשבות, דער גוטער רצון און די פייערדיגע רייד, נאר מען דארף זען, אז דאס אלץ זאל ברענגען צו מעשים. און דער שורש פון די גוטע מעשים דארף זיין אויך ווי דער מגן אברהם זאגט דארט: ולא כמו שנוהגין עכשיו. דער עיקר איז, אז ס'זאל ניט זיין ווי ביז איצט. מען דארף זאפארט אנפאנגען גיין אויף א נייעם בעסערן און ערלעכערן וועג. מיר טארן זיך ניט באנוגענען מיט אסיפות, מיר טארן ניט יוצא זיין מיט רעזאלוציעס און מיטן מאדערנעם מנהג פון אפּלאדיסמענטען. מיד דארפן א קנין מסירה, איבערגעבן זיך מיטן גאנצן הארץ צו אלע גוטע החלטות, זיי זאלן זיין אין זין פון נשא לבבנו אל כפים, מקבל זיין אויף זיך בלב שלם דאס וואס מיר האבן מסכים געווען ע"י כפים, מיט אונזערע החלטות און אפּלאדיסמענטן. און נאכאמאל נשא לבבנו אל כפים – און פון הארצן זאל עס ווידער קומען אל כפים - צו פּראקטישע מעשים פאר אידישקייט.

. . . פון די ערשטע התחייבות'ן איז צו ריכטן אונזער בליק צו יענע טיילן פון פאלק, וואס אויף זיי גייט ארויף די מליצה אלוקיהם של אלו ישן הוא. אין אמת'ן ווייסן מיר, אז א חלק אלוה ממעל געפינט זיך אין הארץ פון יעדן איד. אבער פאראן ליידער דרימלענדע נשמות, וואס זיינען נתפגל געווארן מיט זייערע מעשים און זייער חלק אלוה ממעל שלאפט און דרימעלט. לאמיר זיך דעריבער נעמען דעם קוראזש מיט דער הילף פון אייביגן מעורר ישנים און מקיץ נרדמים, אויסצושרייען צו די אלע עורו ישנים מתרדמתכם. זייט וויסן, אז אויך ווען אני ישנה ולבי ערלבו של הקב"ה ער לגאולתכם. ער וועט נאך אריינבלאזן איז איד א רוח חיים און עס וועט דאן מקוים ווערען די מליצה פון חז"ל ויקץ כישן הפגול, אויך דער יעניקער וועמענס נשמה איז מפוגל, פאראומווירדיגט געווארן דורך זיינע דעות און מעשים, וועט זיר דערוועקן. זיין גשמה וועט ווידער באלויכט ווערן פון דעם הייליגן פייער, אין זין פון די וואס אויף זיי איז געזאגט געווארן אם משלה בם האור אפילו ירדן – יעלו.

דער רמב"ם זאגט אין הלכות רוצח און שמירת הנפש: חיי בעלי חכמה ומבקשיה בלא תלמוד תורה כמיתה חשובים. די מענטשלעכע חכמה אליין איז ניט בכח צו באלעבן דעם מענטש. א מענטש קען זיך דערווערבן א סך וויסן און קולטור, אויב ער האט ניט קיץ תורה, אויב עס פעלט אים דער רוח התורה, - האט עד ניט קיץ לעבן, כמיתה הם חשובים. אויף דעם קען מען זאגן: ליהודים היתה אורה - זו תורה. עס שטייט ניט בפירוש ליהודים היתה תורה. די כוונה איז, אז אלע שטרעבן צו ליכט, אבער אן דעת תורה קען מען עס נישט דערגרייכן. אן תורה פארוואנדעלט מען אור לחושך וחושך לאור. די וואס רוקן זיך אפ פון תורה, פארלעשן די ליכטיגקייט פון דער וועלט. דאגעגן מיט עמל התורה איז מען זוכה צום אמת, צום ריינעם דעת, צו קענען מבדיל זיין צווישן ליכטיגקייט און פינסטערגיש. ווייל אורה זו תורה. דאס אמת'ע ליכט, וואס פארלייכט און דערווארעמט דאס הארץ, איז נאר די ליכט וואס שטראלט ארויס פון ארון התורה, און ווי דער ירושלמי זאגט: שממנו אורה יוצאת לעולם.

דער נביא זאגט: ואני אהי' לה, נאום ה', חומת אש סביב. דער נאום ה' שטייט דא ניט ווי געוויינלעך, ביים סוף פסוק, נאר עס שטייט: ואני אהי' לה, נאום ה', חומת אש. דער נאום ה' דאס איז דער חומת האש פון אידישן פאלק אים צו שיצען און באלויכטן דעם וועג.

דער כאראקטעריסטישסטער שטריך אין וועזן פון אידישן פאלק געפינען מיר אין דער תורה הקדושה: השמע עם קול אלקים מדבר מתוך האש כאשר שמעת אתה ויחי – דאס מיינט, אז דאס אידישע פאלק האט אין זיך די וואונדערלעכע אייגענשאפט צו הערן דעם קול אלקים חיים דווקא מתוך האש.

אונזער יוגנט דארף געדענקען דעם מאמר חז"ל הסייף והספר ירדו כרוכים... אם אתם עוסקים בספר אתם נצולים מן הסייף. ווייסט איר וואס דער דאזיגער טויטליכער סייף וואס באדראט די יוגנט איז? ס'איז דער דערמאנטער מאמר פון רמב"ם, אז חיי בעלי חכמה בלי תלמוד תורה כמיתה חשובים. ס'איז די שווערד פון עמי-הארצות וועגן וועלכן די חז"ל זאגן אז חייהם אינם חיים.

דא איז אויך א רמז אויף דעם וואס די חז"ל זאגן, אז חזקיהו המלך נעץ חרב בבית המקדש ואמר כל מי שאינו עוסק בתורה ידקר בחרב. מיר ווייסן דאך, אז בעולם הזה איז ניט פאראן קיין עונש מות פאר ניט לערנען תורה. אבער חזקיהו המלך האט געזען וואסערע צרות און חורבן עם ברענגט מיט זיך דאס עמי הארצות, דאס ניט לערנען, און ער האט מסביר געווען דעם פאלק דאס גרויסע אומגליק וואס שטייט זיי פאָר, אויב זיי פארנאכלעסיגן דעם לימוד התורה. א מענטש אן תורה – האט חזקיהו געווארענט – איז במילא גלייך צו א מדוקר בחרב כמת. דאס פאלק האט א פּנים דערהערט דעם רוף און זיך ווידער מתדבק געווען און באלעבט געווארן פון אור התורה.

מיר דארפן דעריבער אויך היינט אומאויפהערלעך רופן: שובה ישראל צו השם יתברך'ס תורה! דער דאזיגער רוף איז ניט נאר געווענדט צו די אשר ישנם פה, צו די וואס זיינען ברוח מיט אונז און נויטיגן זיך נאר אין חיזוק, - נאר אויך צו די אשר אינם פה, צו די וואס זיינען פון אונז אוועק, וואס בלאנדזשען אויף פאלשע און פרעמדע וועגן, פארפירערישע אידעאלאגיעס און דערלייזערישע הבטחות.

איך האב געהערט ווי א סד באצייכענען די איצטיגע שעה ווי נעילה. לכאורה אין עס שווערלעך צו באנוצן זיך מיט א באגריף וואס די חכמים האבן באצייכענט אלס די הייליגסטע שעה אין דעם יום אחד והמיוחד, דער יום הכפורים לישראל. נאר איך האב זיך דערמאנט דעם ירושלמי: בכל הקרבנות כתיב חטא ובעצרת אין כתיב חטא, אמר להם הקב״ה מכיון שקבלתם עליכם עול תורה מעלה אני עליכם כאילו לא חטאתם מימיכם. די חכמים האבן אלזא אוועקגעשטעלט דעם טאג פון קבלת עול תורה נאך העכער ווי דעם טאג פון יום כפור. מיט דער גאנצער גרויסקייט פון יום כפור איז נאך אלץ דא דער דאבון נפש פון פריערדיגע זינד. אבער ווען דער כלל ישראל נעמט אויף זיך דעם עול תורה, דעם עול צו דערהויבן דעם כבוד התורה והמצוות, מתקן צו זיין פרצות אין דת, איז מעלה אני עליכם כאילו לא חטאתם מימיכם. דעריבער אויך מיר, אויב מיר וועלן נעמען אויף זיך בלב שלם ואמת דעם עול תורה, די אלע החלטות און אנווייזונגען פון די חכמי התורה, דאן וועט דאס זיין בבחינת קבלת התורה און דאן וועלן מיר מיט רעכט קענען אנרופן די דאזיגע ענד-שעה ווי נעילה, ווייל דאס וועט זיין דער סוף פון א יום גדול מעין יום הכפורים.

אלע ווילן מיר און זיינען משתוקק צו זען די תפארת ישראל און זיק דערהויבענקייט אין דער וועלט. לאמיר געדענקען וואס די חז"ל זאגן: "תפארת זו מתן תורה". די תפארת פון אידישן פאלק, זיין גרויסקייט און פראכט זיינען נתגלה געווארן פאר דער וועלט אין טאג פון מתן תורה. נאר דורך אנו אין לנו אלא תורה אחת זיינען מיר געווארן א פאלק און דאס איז אונזער תפארת ביז היינט. און אויך דער שבח און תפארת פון אונזער הייליק לאנד איז אויך נאר דערמיט וואס אין תורה כתורת ארץ ישראל און אויך דער שבח פון ירושלים איז דערמיט וואס כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים. די חכמים האבן מסמיך געווען: והתפארת והנצח - והתפארת זו מתן תורה, והנצח זו ירושלים. דאס מיינט, אז אויב מיר וועלן ארבעטן בלב ונפש פאר תפארת ישראל וואס איז מתן תורה, דאן וועלן מיר בע"ה זוכה זיין צו זען אין דער התגלות פון נצח ישראל, והנצח זו ירושלים, וואו עס וועט נתגדל און נתקדש ווערן שמו של הקדוש ברוד הוא לנצח נצחים.