ימים נוראים אלמאנאך וואס לערענט אונז דער קול שופר

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


וואס לערנט אונז דער קול-שופר

פון הגאון ר' אהרן לעווין ז"ל

רבי אהרן לעווין תר"מ - תש"א

גרויס און מעכטיג איז דער כוח פון נגינה. דארט וואו ווערטער זיינען צו שוואך אויף אויסצודריקן די טיפסטע געפילן פון א מענטש, דארט האט א צוטריט – די נגינה. די קולות פון נגינה דערגרייכן טיף, טיף צו דעם מענטשלעכן הארץ און טוען אויפציטערן דאס מענטשלעכע געוויסן. דערפאר טאקע ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון ראש השנה, ווען די גאנצע מענטשהייט ווערט גע'משפט און עס ווערט באשטימט דער גורל פון יעדן יחיד און פון דעם גאנצן כלל – מי יחי' ומי ימות! איזו לחרב ואיזו לרעב! – אט דעמאלט באגרעניצן מיר זיך ניט בלויז צו ווערטער. אונזערע געפילן און בקשות צום הערשער פון דער וועלט דריקן מיר אין דעם דאזיגן טאג אויס ניט בלויז מיט ווערטער, מיט תפלות; עס לאזט זיך הערן אין דעם דאזיגן טאג שטארק און מעכטיג אויך דער קול פון – נגינה, וואס דערגרייכט אפשר טיפער און אויך דארט וואו ווערטער דערגרייכן ניט. דאס זיינען די קולות השופר.

ניט קיין איינפאכע נגינה זיינען די קולות פון שופר. "אם קול שופר שמע יצא, אם קול הברה שמע לא יצא!" (ר"ה כז, ב) – "אויב מען הערט א ריכטיגן קול שופר איז מען יוצא, אויב מען הערט אבער בלויז אן אומבאשטימטן קול איז מען ניט יוצא!" דער שופר ברענגט צום אויסדרוק ניט קיין געוויינלעכע קולות. "שמע" אין לשון הקודש מיינט הערן, אבער "שמע" אין לשון הקודש מיינט אויך פארשטיין. די קולות השופר דארף מען ניט בלויז הערן, נאר מען דארף זיי אויך פארשטיין! און די קולות פון שופר האבן אונז א סך צו זאגן.

דריי זיינען פאראן קולות פון שופר: תקיעה, תרועה און שברים. די תקיעה איז א "קול פשוט", אן איינפאכער קול. און יעדער מענטש דארף אויך האבן א קול פשוט. און ווייט און פארצווייגט איז דער באגריף פון אן "איינפאך קול". צו האבן א "קול פשוט" מיינט, אז מען זאל זיץ אויפריכטיג, אז מען זאל ניט זיין אחת בפה ואחת בלב, אז מען זאל זאגן דעם אמת, אז מען זאל ניט פארדרייען קיין טאטזאכן, אז מען זאל ניט האבן די מדות פון צביעות, חניפה אץ שקר א. א. וו. אמאל דאכט זיך, אז דאס אץ בלויז א קלייניגקייט, ווען מען ווערט געשטרויכעלט אין די דאזיגע זאכן. וואס פאר א באדייטונג קען דאס האבן ווען מען זאגט עפּעס ניט ריכטיג ?! עס זיינען דאך בלויז ווערטער און קיין שום מעשים זיינען דערמיט ניט פארבונדן! דאס איז אבער א גרויסער טעות. "עקימת פה הוה מעשה"! (בבא מציעא צ, ב). "עקימת פה", דאס רעדן אין א פארדרייטער, ניט ריכטיגער פארם, דאס באנוצן דעם כוח הדיבור אויף פאלשקייט, אויף רכילות, אויף חניפה, אויף צביעות, דאס איז אין זיר אליין א מעשה, א שרעקליכע און פארדאדבענע טאט!

און ווען אין דעם אלטעגליכן לעבן איז עס אזוי וויכטיג צו האבן א "קול פשוט, אן אויפריכטיגע און איינפאכע שפראך, ניט קלענער איז די באדייטונג פון דעם "קול פשוט" אין דעם פארקער פון מענטש מיט גאט, "בין אדם למקום". ווען א מענטש שטייט פאר גאט און גיסט אויס זיין הארץ פאר דעם הערשער פון דער וועלט, דאן מוז ער אויך האבן א "קול פשוט", ער מוז זיין אויפריכטיג און ניט באנוגענען זיך בלויז מיט דער אויסערליכער פארם ניט האבענדיג אפילו אין זינען וואס ער דאווענט. "תמים תהי' עם ה' אלקיך!" (דברים יח, יג) – "ווען א מענטש שטייט פאר דעם רבש"ע, בעת ער איז 'עם ה' אלקיך', דאן מוז ער זיק א 'תמים'", גאנץ, זיינע מעשים, זיין אויפפירונג טארן ניט זיין א סתירה צו די ווערטער פון די תפלות!

אויב דער "קול פשוט" איז הערשער אין דער מענטשליכער געזעלשאפט, דאן איז ממילא געשאפן דער יסוד פאר שלום, אחדות און הארמאניע. וואס פעדערט נאך גיכער דעם פירוד און מחלוקת ווי דאס פעלן פון א קול פשוט, דאס באנוצן זיך מיט א פארדרייטן קול, מיט א פאלשן קול, מיט א קול פון שקר און רכילות! דודך דעם טאקע "ובהקהיל את הקהל תתקעו"! (במדבר י, ז) - אויב מען וויל דעם קהל, די געזעלשאפט צוזאמעננעמען און פאראייניגן, דאן דארף זיך בלויז הערן אין דער גאס דער קול פון דער תקיעה! אויב עס איז "תתקעו", אויב מען פארשטייט ריכטיק די באדייטונג פון דער "תקיעה", דאן איז ממילא פון זיך אליין דער "הקהל", דאן הערשט שלום און אחדות צווישן דער געזעלשאפט!

דאס מענטשלעכע לעבן באשטייט ליידער ניט בלויז פון גוטע מאמענטן, פון פריידיגע פאסירונגען. זייער אפט ווערט א מענטש געשטעלט פאר שווערע און אומאנגענעמע נסיונות און אפטמאל רייסט זיך ארויס א קרעכץ פון א מענטשלעכן הארץ. אבער א מענטש טאר ניט אין אזא מאמענט פארצווייפלען און ער מוז האבן בטחון צו גאט. "צרה ויגון אמצא ובשם ה׳ אקרא" (תהלים קטז, ג-ד). אויב א מענטש געפינט זיך אין א צרה, דאן איז די עצה: "בשם ה' אקרא!" האפן צו גאט און ניט פאלן ביי זיך. "הכריעה על ברכים ולא על אפים" (ברכות לא, ב). ווען מען מוז זיך בויגן, ווען מען געפיגט זיך אין א מצב פון "כריעה", דאן קען דאס העכסטענס זיין "על ברכים", מען קען פאלן אויף די קני, אבער קיינמאל ניט "על אפים", אויף דעם פנים. מען טאר קיינמאל דעם גלייכגעוויכט ניט פארלירן! און אט דער אידישער קרעכץ ווערט סימבאליזירט אין דעם צווייטן קול פון שופר, אין דער - תרועה!

די תרועה איז א קול פון א קרעכץ, "ילולי יליל" (ר"ה לד, א). אבער די תרועה איז בלויז א קורצער, אן אפגעהאקטער קרעכץ. אויך דער קרעכץ פון א מענטש טאר ניט זיין א לאנגער! מען טאר ניט צופיל פארצווייפלען! ווי גרויס עם זאל ניט זיין דער צער, אומדערשיטערלעך דארף זיין די האפענונג אז בעסערע צייטן וועלן לאנג אויף זיך ניט לאזן ווארטן! "אשרי העם יודעי תרועה!" (תהלים פט, טז) - וואויל איז צו דעם וואס פארשטייט וואס די תרועה באדייט! וואויל איז צו דעם וואס נעמט זיך ארויס דעם ריכטיגן מוסר, דעם ריכטיגן לימוד פון דער תרועה!

נישט נאר פאר זיך אליין טאר דער איד זיך ניט אונטערגעבן אין א שווערער לאגע און זען אז זיין אייגענער קרעכץ זאל זיין בלויז א קורצער. דער מענטש דארף זען אז דעם אנדערנ'ס קרעכץ זאל אויך ניט זיין א לאנגער! ווען מען זעט אז דער צווייטער געפינט זיך אין אן עת צרה און מען קען אים העלפן, דאן מוז די הילף זיק א זאפארטיגע. ווען מען דארף געבן צדקה, ווען מען דארף שטיצן א צווייטן, דארף מען ניט צופיל טראכטן און זיך מיישב זיין, נאר מען דארף זיין פון די "יודעי תרועה" און טאן אלץ מעגליכעס, אז דער קרעכץ פון דעם ברודער זאל וואס גיכער אויפהערן. "אשרי שומרי משפט עושה צדקה בכל עת!" (תהלים קו׳ ג). "געלויבט זיינען די יעניגע וואס טוען צדקה אין דער צייט, תיכף ווען זיי דערוויסן זיך, אז דער צווייטער געפינט זיך אין א נויט!"

עס איז אבער פאראן א קרעכץ וועלכער איז שוין ליידער גארניט קיץ קורצער. דאס איז דער קרעכץ פון דעם גאנצן כלל ישראל אין זיין שוין צוויי טויזענט יאריגער גלות-מארטיראלאגיע. אט דער דאזיגער קרעכץ לאזט זיך שוין הערן גאר א לאנגע צייט און ער ווערט סימבאליזירט אין דעם דריטן קול פון שופר, אין דעם "שברים". "שברים, גנוחי גנח!" (ר"ה לג, ב) - א לאנגער קרעכץ. און ווען עס לאזט זיך הערן דער שווערער קרעכץ פון דעם שברים, דאן מוז זיך ביי יעדן איינעם דערהערן אן אינערלעכער קול וואס פרעגט: פארוואס איז עס טאקע?! פארוואס ליידט דאס אידישע פאלק אזוי שרעקלעך און עס נעמט ניט קיין עק און קיץ סוף צו די צרות און רדיפות?! און דאן דארף דער איד דערהערן אויך די תשובה אויף דער דאזיגער שאלה און פילן ווי דער שופר רופט אים צו: "רחצו, הזכר, הסירו רוע מעלליכם מנגד עיני׳ חדלו הרע!" (ישעי' א, טז) - אידן, הערט אויף מיט אייערע שלעכטע מעשים, קערט אייר צוריק צו גאט און איר וועט געהאלפן ווערן! "אין מיתה בצבור!" (הוריות ו, א) - דאס ידישע פאלק קען ניט אונטערגיין, און ווען אויך שווער און שרעקלע איז די לאגע פון אידישן כלל, דאך טאר מען ניט פארצווייפלען. דער אידישער כוח ליגט אין – בטחון, און מיט דעם דאזיגן כוח לעבט איבער דאס אידישע פאלק אלע זיינע שונאים! "קוה אל ה" חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה', קוויתם ולא נושעתם, קוו ושובו וקוו!"

ווען אבער אין דער אידישער גאס לאזט זיך הערן דער שברים, דער גרויסער קרעכץ פון צרות און רדיפות, דאן טאר קיינער ניט בלייבן פון דערווייטענס. ווען אפילו עמעצער בארירט די אידישע קאטאסטראפע ניט פּערזענלעך, טאר ער אלץ ניט זיץ אפּגעזונדערט פון דעם אידישן כלל. "בזמן שהצבור שרוי בצער אל יאמר אדם אלך לביתי ואוכל ואשתה, ושלום עליך נפשי!" (תענית יא׳ א). דער שברים איז איין גאנץ קול און איין געבראכן קול! ווען דאס אידישע פאלק געפינט זיך ליידער אין א מצב וואס עס לאזט הערן דעם דאזיגן קול, דאן טאר קיינער ניט זיין קיין אויסנאם און יעדערער דארף זיך משתתף זיין בצרת הכלל! "בזמן שישראל שרוין בצער ופירש אחד מהם באים שני מלאכי השרת שמלוין לו לאדם ומניחים ידיהם על ראשו ואומרים לו: פלוני זה שפירש מן הצבור אל יראה בנחמת הצבור!" (תענית יא) ? "ווען דאס אידישע פאלק געפינט זיך אין א צרה און איינער גייט און טיילט זיך אפּ פון דעם כלל, דאן קומען די צוויי מלאכים וואס באגלייטן א מענטש און לייגען ארויף זייער האנט אויף זיין קאפּ און זאגן צו אים. דו וואס האסט דיך ניט משתתף געווען אין דעם צער פון דעם צבור וועסט אויך ניט זען די הילף וואס וועט קומען פאר דעם כלל!"

יא, פיל, זייער פיל קענען מיר לערנען פון די קולות פון דעם שופר, טיף זיינען די געדאנקען וואס זיי ברענגען צום אויסדרוק. און אויב מיר וועלען ריכטיג פארשטיין די דאזיגע קולות, אויב מיר וועלען זיך ניט באנוגענען בלויז מיט הערן זיי, דאן וועלן מיר בארעכטיגט זיין צו דער האפענונג, אז מיר וועלן אויך זוכה זיין צו הערן נאך א קול שופר. דאס וועט זיין דער קול פון אן אנדער שופר, ניט פון דעם געוויינלעכן שופר וואס מיר באנוצן אין ראש השנה, און באלד וועט זיך לאזן הערן: "והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול, ובאו האובדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה, בהר הקודש בירושלים!" (ישעי, כז, יג) - "עס וועט קומען דער טאג ווען מ'וועט בלאזן מיט דעם גרויסן שופר, און צוזאמענקומען וועלן זיך די וואס זיינען פארלוירן געגאנגען אין דעם לאנד פון אשור און וואס זיינען פארווארפן געווארן אין ארץ מצרים און זיי וועלן קומען און בוקן זיך צו גאט אויף דעם הייליגן בארג אין ירושלים!"

(באארבעט לויטן "הדרש והעיון" פון זון פון מחבר, הרב דר. מרדכי לעווין)