ימים נוראים אלמאנאך מלכויות זכרונות שופרות
שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים
פון הגאון ר׳ אברהם יצחק בלאך ז"ל
דער גמרא ראש השנה דף טז, א, געפינען מיר: אמר הקב״ה וכר אמרו לפני בר"ה מלכיות, זכרונות ושופרות. מלכיות, כדי שתמליכוני עליכם, זכרונות, כדי שיעלה זכרונכם לפני לטובה, ובמה? בשופר.
מיין טאטע דער רבי זצוק"ל הגאון ר' יוסף יהודה לייב בלאך, אב"ד ור"מ דטלז. האט דערקלערט דעם מאמר "אמרו לפני מלכיות" מיט א משל:
די ריכטער פון א לאנד דארפן פסק'נען דאס רעכט לויט די געזעצן וועלכע זיינען פעסטגעלייגט געווארן פון דעם מלך. אבער נאר דער קעניג אליין האט די מעגליכקייט צו שענקען אן אמנעסטיע אדער צו ענדערן א געזעץ, ווען נויטיג, פאר א יחיד. אויב א מענטש איז פאראורטיילט געווארן אין געריכט דורך די שופטים און פלוצים דערזעט ער דעם מלך, וועט ער זיך אנידערווארפן פאר דעם מלך און בעטן פון אים עד זאל רחמנות האבן מיט אים און אוועקקוקן פון געזעץ.
אזוי איז אויך אין ר"ה מיטן מענטשן. אויף וויפיל א מענטש זאל זיך ניט משתדל זיין זיך צוצוגרייטן צום יום הדין און צו פארבעסערן זיינע מעשים, איז עם אבער דאך שווער אז ער זאל דערשיינען אין גאנצן ריין און זוכה בדין זיין אין טאג פון משפט. און ווי דער רבנו נסים זאגט אין דעם וידוי הגדול: אם יתירוני לא ימצאו בי שמץ טוב, אם תבקש לנקותי כמטהר וכמצרף כסף לא ישאר בי מאומה. ס'איז ניטא ביים מענטשן איין זאך וואס זאל אין גאנצן זיין ריין אן קיינע זייטיגע מחשבות, פניות אדער נגיעות. ס'הערשן ביים מענטשן, אפילו בשעת די בעסטע מעשים, אלעמאל גלייכצייטיג אויך נידעדיגע רגשות און אומריינע חלקים.
צוליב דעם האט אונז דער בורא עולם געגעבן אן עצה אין ראש השנה, ווי א מענטש זאל זיך קענען ארויסהויבן פון זיין פשוט'ן לעבן, זיך אריבערהויבן איבער זיינע חטאים, אריבערשפרינגען איבער זיין שולד און לויפן דירעקט צום מלך. דורך דעם וואס מיר זאגן מלכיות ווייזן מיר אז מיר אנערקענען אז ס'איז אין דער אמת'ן נאר דא איין ציל אין אונזער לעבן: די הכרה אין דעם מלך העולם און אונזער שטרעבונג איז אז זיין מלכיות זאל זיך באווייזן און פארשפרייטן אויף דער גאנצער וועלט. דורך די האפענונג, וועלכע מיר דריקן אויס אין אונזערע תפלות, אז ס'וועט קומען דער טאג, דורך דעם ברענגען מיר זיך אליין נאענט צום רבש"ע. מיד פילן שטארקער אין מלכות און מיר שטעלן אונז אליין אונטער די הנהגת הכתר וואס דארטן הערשט ניט קיין קטרוג.
דאס מיינט אבער ניט אז הקב״ה איז גענצלעך מוותר אויף אונזערע חטאים, ווייל ווי די חז"ל זאגן: כל האומר הקב"ה וותרן יוותרון בני מעוהי (ב"ר פ"ז ד׳). נאר ס'דאכט זיך מיר דאס אזוי צו דערקלערן.
דער מענטש באשטייט פון פארשידענע רגשות, וואס נעמען א חלק אין יעדער מעשה, שלעכטע און גוטע. ס'זיינען דא צייטן, ווען די גוטע זיינען שטארקער און פארנעמען דעם עיקר ביים מענטשן און אזוי אויך פארקערט. אבער שטענדיג נעמען אלע מחשבות און חלקים פון דעם מענטשן און זיין נשמה אן אנטייל אין זיינע מעשים. ביי די העכערע חלקי הנשמה ווערט בשעת מעשה אלצדינג געטאן מיט גרויסע הייליגע און דערהויבענע געפילן.
ווען מיר געפינען זיך אין א געוויינלעכן מצב, פילן מיר אז אפילו אין אונזערע בעסטע מעשים הערשן דאך גלייכצייטיג פשוט'ע רגשות און נידעריגע מחשבות. אבער ווען מיר דערהויבן אונז צו א העכערער מדרגה, דאן לעבן אין אונז און שאפן די העכערע חלקי הנשמה און באלויכטן אונזער נפש מיט א הייליגן ליכט; דאן הערשן ביי אונז היליגע שטרעבונגען וואס פילן אויס אונזער גאנצע הארץ.
דעריבער אין די ימי הדין, ווען אונזער גאנצע בקשה איז נאר אז דער רבש"ע זאל זיך באווייזן אויף דער וועלט און אלע זאלן דערקענען זיין קעניגרייך, דאן ווערן מיר דערהויבן צו גרויסע דערהויבענע און הייליגע שטרעבונגען. אונזערע מחשבות און מעשים באקומען אן אנדערע צורה און מיר ווערן גע'משפט לויט אונזער מדרגה אין דעם מאמענט, אין דנין את האדם אלא לפי מעשיו של אותה שעה (ר"ה טז, ב).
דער חטא איז נאך ניט נמחל, אבער דער מענטש און מיט אים די גאנצע בריאה האט זיך ארויפגעהויבן. אלע עולמות נענטערן זיך צו די מקורות עליונים. און ווייל די נשמה פון דער גאנצער וועלט האט זיך דערהויבן, שטראלן דאן אויך אויס אויף איר גרויסע הייליגע השפעות און ווירקן אויף איר. דרשו ה, בהמצאו – אלו עשרה ימים שבין ר"ה ליוה"כ. דאן דערנענטערט זיך דער בורא ב"ה צו דער בריאה און זי ווערט גע'משפט לויט דעם הויכן רצון, לויט דער מדה פון חסד און טוב פון דעם קעניג פון דער וועלט.
דאס מיינען חז"ל מיט אמרו לפני מלכיות. אויב דער מענטש איז מכיר און איז מרגיש ביי זיך דעם כח פון מלכות ה', ער איז זיך מתקרב און שטעלט זיך אונטער אט דער השפעה, דורך דעם באווירקט ער א התקרבות פון דעם מלכות ה, א דערנענטערונג פון דעם בורא צו דער בריאה, וואס דאן ווערט אונזער משפט ארויסגעטראגן לויט דער הויכער מדרגה אין וועלכער די בריאה געפינט זיך דאן.
זכרונות – כדי שיעלו זכרונותיכם לפני.
וועלכע סגולה האט דאס זאגן פון זכרונות, אז דורך דעם זאלן מיר דערמאנט ווערן לטובה.
אין דער תפלה זאגן מיר: אתה זוכר מעשה עולם ופוקד כל יצורי קדם. . . מראשית כזאת הודעת...
צוליב וואס דערמאנען מיר דעם אנהויב פון דער בריאה?
דער פאטער זצוק"ל האט דערקלערט, אז ר,ה, דער טאג ווען די בריאה איז געשאפן געווארן, זענען אין אים אויך איינגעשטעלט געווארן די אלע כללים און געזעצן לויט וועלכע ס'פירט זיך די וועלט. דער טאג איז ממילא באשטימט און איינגעשטעלט אזוי אז ס'זאלן דאן נתעורר ווערן די אלע ערשטע סיבות און די שרשי הבריאה און דערמאנט ווערען אלע מענטשענ'ס מעשים, לויט וועלכן זכרון ס'ווערט נקבע דער דין און משפט.
דאס מעורר זיין פון די ערשטע סיבות געפינען מיר אויך אין אונזער לעבן. מיר קענען זען ווי אפטמאל ווערט גאר פארווישט און פארגעסן די אורזאך, וואס האט אונז געבראכט צו א געוויסער מעשה אדער א געפיל, און מיר טוען גאר יעצט דעם היפך פון דעם וואס האט לכתחילה גורם געווען צו דעם.
למשל, צוליב ליבע צו איר קינד ווערט די מוטער אין כעס ווען זי זעט אז איר קינד האט צעריסן אדער שמוציג געמאכט זיינע בגדים. אין איר כעס קען זי גאר טאן זאכן, וואס זיינען להיפך פון איר ליבע, וואס איז אייגענטלעך געווען ערשט א סיבה פון איר ווערען אין כעס. דער בר דעת דארף אבער זען, אז ער זאל קיינמאל ניט פארגעסן די ערשטע סיבה, דעם געפיל פון ליבע ווי ער איז געווען אין אנהויב.
אויר אין דער הנהגת הבריאה געפינען מיר אז זי איז אזוי מסודר געווארן, אז געוויסע כוחות זיינען איבערגעגעבן געווארן צו פארשידענע ממונים, ווי צום ביישפיל כעם און חימה. אבער ביים רבש"ע גייט אלעמאל פאראויס דער פריערדיקער רגש, דער מקור וואס איז אהבה, אזוי ווי מיר זאגן אין דעם פזמון: הרחום, ומקדים רחמים לרוגז. ווען אפילו ס'ווערט נתעורר כעס, דאך גייט אבער פאראויס רחמים.
אין דעם אבער זיינען דא פארשידענע מדרגות. אין א געוויסער מאס זיינען פאראן מאמענטן פון העלם, פון הסתר, ווען די השפעה פון אהבה איז מערער פארבאהאלטן. און ווי באלד ניט שטענדיק זיינען די הנהגות גלייך, דעריבער פאדערט זיך אויך אין א געוויסער מאס א זכירה, צו דערמאנען און מעורר זיין די ערשטע, פריערדיקע סיבות און שרשים פון דער בריאה וואס שטראמען נאר פון חסד.
און ווי באקאנט איז דאס ביטערע בעצם זיס אין זיין שורש און דער שורש פון רע איז טוב. אזוי ווערט דערקלערט דער ענין אין דעם ספר "תומר דבורה". דורך דעם וואס דער מענטש איז מכיר און פילט אין יעדער זאך אז זיין שורש איז גוט, דורך דעם רופט ער ארויס אז אלצדינג זאל מושפע ווערן פון זיין שורש און ממילא וועט אלץ נתהפך ווערן לטובה.
דעם מענטשן איז געגעבן דעד שליסל פון בריאה. דורך דעם וואס מיר זיינען מכיר, אז ביים רבש"ע ווערט אלץ דערמאנט און גע'משפט לויט זיינע שרשים, און אז ער איז דער מקור און שורש הטוב, דורך דעם ווערן מיר ממילא מושפע פון דעם און די הנהגה איז לויט די זכרונות.
כעין זה געפינען מיר, אז די גאונים האבן מתקן געווען צו זאגן מי כמוך אב הרחמים אין די עשרת ימי תשובה דווקא אין ברכת גבורות ווען מיר ענדיגען מי כמוך בעל גבורות וכו', אייגענטלעך איז דאך רחמים און גבורה א סתירה איינע צו די אנדערע. אבער ביי די הנהגת ה' מיינט גבורה, אז דער רבש"ע פירט אויס זיין רצון הפנימי דורך די גבולי הטבע און ס'שטארקט זיך די אויבערשטע מדה פון ארך אפים אריבער די מדה וואס מיינט דין און משפט איבער רשעים.
און כאטש אלע יצורים אונטערליגן אין די ימים נוראים דעם דין ומשפט, גייט אבער אדורך די מדה פון רחמים און דרינגט אריין אין דעם משפט. דעריבער ווען מיר רעדן אין די "אבות" פון די גבורות ה׳, דאן זיינען מיר בוטח בה, אין דעם מקור הרחמים וואס דווקא דורך דער מדה פון גבורה ווערט פארשטארקט דער רחמים אין דעם משפט.
אזוי איז עס אויך ווען מיד זאגן די זכרונות. דורך די זכרונות ווערט נתעורר דער ערשטער רצון, דער שורש פון אלע ענינים וואט דאס איז טוב.
ובמה? בשופר.
מען דארף פארשטיין דעם געדאנק פון שופר און דאס זאגן פון די שופרות, וואס חז"ל זאגן אויף דעם אז אן שופרות קענען אויך די מלכיות און זכרונות אליין ניט אויפטאן.
ס'איז אן אונטערשייד אין דעם זעלישן צושטאנד און געפיל פון דעם מענטשן צי עד געפינט זיך אין א פשוט'ן וואכעדיגן מצב אדער אין א פייערלעכן און פעסטלעכן צושטאנד, וואס דאן קען ער קומען צו העכערע גייסטיקע מעלות, וועלכע ער קען ניט דערגרייכן געפינענדיג זיך אין א געוויינלעכער שטימונג. איינע פון די מיטלען צו ברענגען דעם מענטשן אין אזא פייערליכע שטימונג, און ממילא צו א גייסטיגער דערהויבענקייט, איז דער קול שופר. כדי א מענטש זאל ווי געהעריג אויפנעמען די אלע הופעות פון דעם אור ה' פאדערט זיך, אז דער מענטש זאל זיך ארויסהויבן פון זיינע וואכעדיקע ענינים און זיך דערהויבן צו א התעלות הנפש. דעריבער בעטן מיר אין דער תפלה "תקע בשופר גדול", אז בשעת דער גאולה זאל זיין א פייערלעכע שטימונג, כדי מיר זאלן זוכה זיין דאן צו א גייסטיקער עליה.
און דעריבער אין ראש השנה, ווען ס'נויטיגט זיך אז מיר זאלן נתעלה ווערן כדי מרגיש צו זיין די מלכיות און קענען מעורר זיין די זכרונות, פאדערט זיך גלייכצייטיג אז מיר זאלן זאגן אויך שופרות, וואס אין די פסוקים רעדט זיך וועגן די באזונדערס פייערלעכע מצבים און מאמענטן פון דעם עם ישראל, ווי מתן תורה, די גאולה העתידה, און ס'דערמאנט וועגן די שופרות אין דעם טאג פון "שמחתכם ובמועדיכם". דורך דעם דעדהויבן מיר זיך אויך צו א פייערלעכען מצב און קענען יעצט ריכטיג פארשטיין און אויפנעמען די מלכיות און זכרונות.
און פונקט ווי ביי אונז איז דא די פייערליכקייט, אזוי איז אויך דא אין דער הנהגת הבריאה אן ענין פון חגיגיות. און כדי די גאנצע בריאה צו ברענגען צו די הנהגה פון מלכות און צו דערוועקן די זכרונות, פאדערט זיך דער ענין פון שופרות, וואס פאר דעם רבש"ע איז אפן דער סוד, אז דער שופר של מעלה הויבט ארויף די גאנצע הנהגת הבריאה, ווי ס'שטייט אין פסוק עלה אלקים בתרועה, און דער שופר של מטה איז מעורר דעם שופר של מעלה און איז ממילא מעורר רחמי ה' פון דעם אב הרחמים אויף זיינע קינדער.
(אן אויסצוג פון מאמר "אורי וישעי", שיעורי דעת, חלק ב, זייט ר').